Page 4 - Vayikro
P. 4
ויקרא
4און אַז דו װעסט ברענגען אַ שפּ ַײזאָפּפֿער געבאַקן אין אַן אױװן,
זאָל עס ז ַײן פֿון זעמלמעל ,אומגעז ַײערטע חלות פֿאַרמישט מיט
אײל ,אָדער אומגעז ַײערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל.
5און אױב אַ שפּ ַײזאָפּפֿער אױף אַ באַקפֿאַן איז ד ַײן ָקרבן ,זאָל עס
ז ַײן פֿון זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל ,אומגעז ַײערט 6 .זאָלסט עס
צעבראָקן אין בראָקן ,אן אַרױפֿגיסן דערױף אײל; אַ שפּ ַײזאָפּפֿער איז
דאָס.
7און אױב אַ שפּ ַײזאָפּפֿער אין אַ בראָטפֿאַן איז ד ַײן ָקרבן ,זאָל עס
געמאַכט װערן פֿון זעמלמעל מיט אײל.
8און זאָלסט ברענגען דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער װאָס װערט געמאַכט פֿון די
דאָזיקע ,צו גאָט; און מע זאָל עס דערלאַנגען צום כֹּהן ,און ער זאָל
עס גענענען צום מזבח 9 .און דער כֹּהן זאָל אַראָפּהײבן פֿון דעם
שפּ ַײזאָפּפֿער ז ַײן דערמאָנונג ,און דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ
פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט 10 .און דאָס איבעריקע
פֿון דעם שפּ ַײזאָפּפֿער איז פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר ז ַײנע קינדער; אַ
הײליקסטע הײליקײט פֿון די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָט 11 .קײן
שפּ ַײזאָפּפֿער װאָס איר װעט ברענגען צו גאָט ,זאָל ניט געמאַכט
װערן פֿון חמץ ,װאָרום פֿון קײן זױערטײג און קײן האָניק טאָרט איר
ניט דעמפֿן אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט 12 .פֿאַר אַ גאָב פֿון ערשטפֿרוכט
מעגט איר זײ ברענגען צו גאָט ,אָבער אױפֿן מזבח טאָרן זײ ניט
אַרױפֿקומען פֿאַר אַ געשמאַקן ריח 13 .און ד ַײן איטלעך שפּ ַײזאָפּפֿער
זאָלסטו מיט זאַלץ באַזאַלצן ,און זאָלסט ניט אױסלאָזן פֿון ד ַײן
שפּ ַײזאָפּפֿער דאָס זאַלץ פֿון ד ַײן גאָטס בונד; מיט ד ַײן איטלעכן ָקרבן
זאָלסטו מקריבֿ ז ַײן זאַלץ.
14און אױב דו װעסט ברענגען אַ שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון ערשטצ ַײטיקע צו
גאָט ,זאָלסטו ברענגען זאַנגען געברענט אין פֿ ַײער ,גריץ פֿון פֿרישע
קערנער ,פֿאַר דעם שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון ד ַײנע ערשטצ ַײטיקע 15 .און
זאָלסט אַרױפֿגיסן אױף אים אײל ,און אַרױפֿטאָן אױף אים װ ַײרױך;
אַ שפּ ַײזאָפּפֿער איז דאָס 16 .און דער כֹּהן זאָל דעמפֿן ז ַײן
דערמאָנונג ,פֿון ז ַײן גריץ ,און פֿון ז ַײן אײל ,מיט ז ַײן גאַנצן װ ַײרױך ,אַ
פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט.