Page 6 - Vayikro
P. 6
ויקרא
כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח – אַ שפּ ַײז פֿון פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ
געשמאַקן ריח; דאָס גאַנצע פֿעטס צו גאָט 17 .אַן אײביק געזעץ אױף
א ַײערע דוֹר-דוֹרות אין אַלע א ַײערע װוינערטער :קײן ֵחלבֿ און קײן
בלוט זאָלט איר ניט עסן.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן:ד
אַז עמיצער װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע אין װאָסערע עס איז
פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן ,און ער װעט
טאָן אײנע פֿון זײ 3 ,איז ,אױב דאָס װעט זינדיקן דער געזאַלבטער
כֹּהן ,צו דער פֿאַרשולדיקונג פֿון פֿאָלק ,זאָל ער מקריבֿ ז ַײן פֿאַר ז ַײן
זינד װאָס ער האָט געזינדיקט ,אַ יונגן אָקס אָן אַ פֿעלער צו גאָט
פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער 4 .און ער זאָל ברענגען דעם אָקס צום א ַײנגאַנג
פֿון אוֹהל-מוֹעד פֿאַר גאָט ,און זאָל אָנלענען ז ַײן האַנט אױפֿן קאָפּ פֿון
דעם אָקס ,און שעכטן דעם אָקס פֿאַר גאָט 5 .און דער געזאַלבטער
כֹּהן זאָל נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס ,און זאָל עס ברענגען צום
אוֹהל-מוֹעד 6 .און דער כֹּהן זאָל א ַײנטונקען ז ַײן פֿינגער אין דעם
בלוט ,און שפּריצן פֿון דעם בלוט זיבן מאָל פֿאַר גאָט ,פֿאַר דעם
ָפּרוֹ ֶכת פֿון הײליקטום 7 .און דער כֹּהן זאָל אַרױפֿטאָן פֿון דעם בלוט
אױף די הערנער פֿון דעם מזבח פֿאַר װ ַײרױך פֿון שמעקעדיקע
געװירצן װאָס פֿאַר גאָט אין אוֹהל-מוֹעד ,און דאָס גאַנצע בלוט פֿון
אָקס זאָל ער אױסגיסן אָן גרונט פֿון דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער
װאָס ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד 8 .און דאָס גאַנצע פֿעטס פֿון
דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער זאָל ער פֿון אים אַראָפּנעמען :דאָס פֿעטס
װאָס דעקט צו די אינגעװײד ,און דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס אױף די
אינגעװײד 9 ,און בײדע נירן ,און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ ,װאָס ב ַײ
די פֿלאַנקען ,און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – ב ַײ די נירן זאָל
ער עס אַראָפּנעמען 10 ,אַזױ װי עס װערט אַראָפּגענומען פֿון דעם
אָקס פֿון פֿרידאָפּפֿער; און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן אױפֿן מזבח פֿאַר
בראַנדאָפּפֿער 11 .און דאָס פֿעל פֿון דעם אָקס ,און דאָס גאַנצע
פֿלײש ז ַײנס ,מיט ז ַײן קאָפּ ,און מיט ז ַײנע קני ,און ז ַײנע אינגעװײד,
און ז ַײן מיסט – 12דעם גאַנצן אָקס זאָל ער אַרױסטראָגן אױסן
לאַגער אין אַ רײנעם אָרט ,װוּ מע שיט אױס די אַש ,און אים