Page 10 - Vayikro
P. 10
ויקרא
האָט געזינדיקט ,אַ צענטל ֵאיפֿה זעמלמעל פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער; ער
זאָל ניט אַרױפֿטאָן אױף אים אײל .און ניט אַרױפֿלײגן אױף אים
װ ַײרױך ,װאָרום אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס 12 .און ער זאָל עס ברענגען
צום כֹּהן ,און דער כֹּהן זאָל אָנהױפֿן פֿון אים ז ַײן פֿולן הױפֿן – ז ַײן
דערמאָנונג – און דעמפֿן אױפֿן מזבח ,אױף די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָט;
אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס 13 .און דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף אים
פֿאַר ז ַײן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט אין אײנער פֿון די דאָזיקע
זאַכן ,און אים װעט פֿאַרגעבן װערן .און עס זאָל געהערן צום כֹּהן
אַזױ װי אַ שפּ ַײזאָפּפֿער.
14און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 15 :אַז עמיצער
װעט פֿעלשן אַ פֿעלשונג ,און װעט זינדיקן דורך אַ פֿאַרזע אַקעגן די
הײליקײטן פֿון גאָט ,זאָל ער ברענגען ז ַײן שולדאָפּפֿער צו גאָט :אַ
װידער פֿון די שאָף ,אָן אַ פֿעלער ,לױט ד ַײן אָפּשאַצונג אין זילבער-
ש ָקלים ,אױפֿן הײליקן ֶשקל ,פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער 16 .און װאָס ער
האָט פֿאַרשולדיקט קעגן דער הײליקײט זאָל ער אָפּצאָלן ,און צולײגן
דערצו אַ פֿינפֿטל דערפֿון ,און דאָס געבן צום כֹּהן; און דער כֹּהן זאָל
מ ַכפּר ז ַײן אױף אים מיט דעם װידער פֿון שולדאָפּפֿער ,און אים װעט
פֿאַרגעבן װערן.
17און אױב עמיצער װעט זינדיקן ,און װעט טאָן אײנע פֿון אַלע
פֿאַרבאָטזאַכן פֿון גאָט װאָס טאָרן ניט געטאָן װערן ,װ ַײל ער האָט
ניט געװוּסט ,און ער װעט זיך פֿאַרשולדיקן און טראָגן אױף זיך אַ
זינד 18 ,זאָל ער ברענגען אַ װידער פֿון די שאָף ,אָן אַ פֿעלער ,לױט
ד ַײן אָפּשאַצונג ,פֿאַר אַ שולדאָפּפֿער ,צום כֹּהן; און דער כֹּהן זאָל
מ ַכפּר ז ַײן אױף אים ,פֿאַר דעם פֿאַרזע װאָס ער האָט פֿאַרזען ,װ ַײל
ער האָט ניט געװוּסט ,און אים װעט פֿאַרגעבן װערן 19 .אַ
שולדאָפּפֿער איז דאָס; פֿאַרשולדיקן האָט ער זיך פֿאַרשולדיקט קעגן
גאָט
20און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 21 :אַז עמיצער
װעט זינדיקן ,און װעט פֿעלשן אַ פֿעלשונג אָן גאָט ,און װעט
פֿאַרלײקענען ז ַײן חבֿר אַן א ַײנלאָג ,אָדער אַ משכּון ,אָדער אַ גזלה,
אָדער ער װעט קריװדען ז ַײן חבֿר; 22אָדער ער האָט געפֿונען
פֿאַרלאָרנס און פֿאַרלײקנט עס ,און שװערט פֿאַלש – אין אײנער פֿון
די אַלע זאַכן װאָס אַ מענטש באַגײט דערמיט אַ זינד; 23איז ,אַז ער