Page 14 - Vayikro
P. 14

‫ויקרא‬

‫פֿרידאָפּפֿער פֿון דאַנק‪ 14 .‬און ער זאָל דערפֿון ברענגען אײנס פֿון‬
‫איטלעכער אָפּפֿערגאָב אַן אָפּשײדונג צו גאָט; צו דעם כֹּהן װאָס‬
‫שפּרענגט דאָס בלוט פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬צו אים זאָל עס געהערן‪.‬‬
‫‪ 15‬און דאָס פֿלײש פֿון ז ַײן פֿרידאָפּפֿער פֿון דאַנק מוז געגעסן װערן‬
‫אין דעם טאָג פֿון ז ַײן ָקרבן; ער זאָל ניט איבערלאָזן דערפֿון ביז אין‬
‫דער פֿרי‪ 16 .‬אױב אָבער דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון ז ַײן ָקרבן איז אַ‬
‫נדר‪ ,‬אָדער אַ פֿר ַײװיליקע גאָב‪ ,‬זאָל עס געגעסן װערן אין דעם טאָג‬
‫װאָס ער איז מקריבֿ ז ַײן שלאַכטאָפּפֿער; און אױך אױף מאָרגן מעג‬
‫װאָס בל ַײבט דערפֿון געגעסן װערן‪ 17 .‬אָבער װאָס בל ַײבט פֿון דעם‬
‫פֿלײש פֿון דעם שלאַכטאָפּפֿער אױפֿן דריטן טאָג זאָל אין פֿ ַײער‬
‫פֿאַרברענט װערן‪ 18 .‬און אױב געגעסן װעט געגעסן װערן פֿון דעם‬
‫פֿלײש פֿון ז ַײן פֿרידאָפּפֿער אױפֿן דריטן טאָג‪ ,‬װעט עס ניט באַװיליקט‬
‫װערן; עס װעט ניט גערעכנט װערן דעם װאָס איז דאָס מקריבֿ; אַן‬
‫אומװערדיקײט װעט עס ז ַײן‪ ,‬און דער מענטש װאָס עסט דערפֿון‬
‫װעט טראָגן ז ַײן זינד‪ 19 .‬און דאָס פֿלײש װאָס װעט זיך אָנרירן אָן‬
‫עפּעס אומרײנס‪ ,‬זאָל ניט געגעסן װערן; אין פֿ ַײער זאָל עס‬
‫פֿאַרברענט װערן‪ .‬אָבער אַזױ דאָס פֿלײש – מעג איטלעכער װאָס איז‬
‫רײן‪ ,‬עסן דאָס פֿלײש‪ 20 .‬און דער מענטש װאָס װעט עסן פֿלײש פֿון‬
‫אַ פֿרידאָפּפֿער װאָס צו גאָט‪ ,‬מיט ז ַײן אומרײנקײט אױף אים‪ ,‬יענע‬
‫זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק‪ 21 .‬און אַז עמיצער װעט זיך‬
‫אָנרירן אָן עפּעס אומרײנס‪ ,‬אָן דער אומרײנקײט פֿון אַ מענטשן‪,‬‬
‫אָדער אָן אַן אומרײנער בהמה‪ ,‬אָדער אָן װאָסער עס איז אומרײנעם‬
‫שרץ‪ ,‬און ער װעט עסן פֿון דעם פֿלײש פֿון אַ פֿרידאָפּפֿער װאָס צו‬

                  ‫גאָט‪ ,‬זאָל יענע זעל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 22‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 23 :‬רעד צו די‬
                                     ‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫קײן ֵחלבֿ פֿון אַן אָקס‪ ,‬אָדער אַ שעפּס‪ ,‬אָדער אַ ציג‪ ,‬זאָלט איר ניט‬
‫עסן‪ 24 .‬און ֵחלבֿ פֿון אַ געפאַלענער‪ ,‬און ֵחלבֿ פֿון אַ פֿאַרצוקטער‪,‬‬
‫מעג פֿאַרטאָן װערן אױף אַלערלײ אַרבעט; אָבער עסן זאָלט איר עס‬
‫ניט עסן‪ 25 .‬װאָרום איטלעכער װאָס עסט ֵחלבֿ פֿון אַ בהמה װאָס‬
‫מע איז מקריבֿ פֿון איר אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט‪ ,‬זאָל דער מענטש‬
‫װאָס עסט עס‪ ,‬פֿאַרשניטן װערן פֿון ז ַײן פֿאָלק‪ 26 .‬און קײן בלוט‬
‫זאָלט איר ניט עסן אין אַלע א ַײערע װוינערטער‪ ,‬ס ַײ פֿון אַן ָעוף‪ ,‬ס ַײ‬
   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19