Page 13 - Vayikro
P. 13

‫ויקרא‬

‫אױב עס װערט געקאָכט אין אַ קופּערנע כּלי‪ ,‬זאָל זי אױסגעש ַײערט‬
‫װערן‪ ,‬און אױסגעשװענקט װערן מיט װאַסער‪ 22 .‬יעטװעדער‬
‫מאַנספּאַרשױן צװישן די כֹּהנים מעג דאָס עסן; אַ הײליקסטע‬
‫הײליקײט איז דאָס‪ 23 .‬אָבער קײן זינדאָפּפֿער‪ ,‬װאָס פֿון ז ַײן בלוט‬
‫װערט געבראַכט אין אוֹהל‪-‬מוֹעד כּדי מ ַכפּר צו ז ַײן אין הײליקטום‪,‬‬

          ‫זאָל ניט געגעסן װערן; אין פֿ ַײער זאָל עס פֿאַרברענט װערן‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס איז דער דין פֿון דעם שולדאָפּפֿער‪ :‬אַ הײליקסטע‬

‫הײליקײט איז דאָס‪ 2 .‬אין דעם אָרט װוּ מע שעכט דאָסז‬

‫בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬זאָל מען שעכטן דאָס שולדאָפּפֿער; און ז ַײן בלוט זאָל‬
‫מען שפּרענגען אױפֿן מזבח רונד אַרום‪ 3 .‬און דאָס גאַנצע פֿעטס‬
‫ז ַײנס זאָל מען מקריבֿ ז ַײן פֿון אים‪ ,‬דעם װײדל‪ ,‬און דאָס פֿעטס װאָס‬
‫דעקט צו די אינגעװײד‪ 4 ,‬און בײדע נירן‪ ,‬און דאָס פֿעטס װאָס אױף‬
‫זײ‪ ,‬װאָס ב ַײ די פֿלאַנקען‪ ,‬און דאָס רױטפֿלײש איבערן לעבער – ב ַײ‬
‫די נירן זאָל מען עס אַראָפּנעמען‪ 5 .‬און דער כֹּהן זאָל עס דעמפֿן‬
‫אױפֿן מזבח‪ ,‬אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט; אַ שולדאָפּפֿער איז דאָס‪6 .‬‬
‫יעטװעדער מאַנספּאַרשױן צװישן די כֹּהנים מעג עס עסן; אין אַ‬
‫הײליקן אָרט זאָל עס געגעסן װערן; אַ הײליקסטע הײליקײט איז‬
‫דאָס‪ 7 .‬װי דאָס זינדאָפּפֿער אַזױ דאָס שולדאָפּפֿער‪ ,‬אײן דין פֿאַר זײ;‬
‫דער כֹּהן װאָס איז דערמיט מ ַכפּר‪ ,‬צו אים זאָל עס געהערן‪ 8 .‬און‬
‫דער כֹּהן װאָס איז מקריבֿ עמיצנס אַ בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬זאָל דאָס פֿעל‬
‫פֿון דעם בראַנדאָפּפֿער װאָס ער האָט מקריבֿ געװען‪ ,‬געהערן צו אים‪,‬‬
‫צום כֹּהן‪ 9 .‬און איטלעך שפּ ַײזאָפּפֿער װאָס װערט געבאַקן אין אױװן‪,‬‬
‫און איטלעכס װאָס װערט געמאַכט אין אַ בראָטפֿאַן‪ ,‬אָדער אױף אַ‬
‫באַקפאַן‪ ,‬זאָל געהערן צו אים‪ ,‬צו דעם כֹּהן װאָס איז דאָס מקריבֿ‪.‬‬
‫‪ 10‬און איטלעך שפּ ַײזאָפּפֿער פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬אָדער טרוקן‪ ,‬זאָל‬

  ‫געהערן צו אַלע קינדער פֿון אַהרן‪ ,‬צו אײנעם אַזױ װי צום אַנדערן‪.‬‬

‫‪ 11‬און דאָס איז דער דין פֿון דעם פֿרידאָפּפֿער װאָס עמיצער ברענגט‬
‫צו גאָט‪ 12 :‬אױב ער ברענגט עס פֿאַר אַ דאַנקגעבונג‪ ,‬זאָל ער‬
‫ברענגען מיט דעם דאַנקאָפּפֿער אומגעז ַײערטע חלות פֿאַרמישט מיט‬
‫אײל‪ ,‬און אומגעז ַײערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל‪ ,‬און זעמלמעל‬
‫גוט דורכגעשלאָגן‪ ,‬חלות פֿאַרמישט מיט אײל‪ 13 .‬אין אײנעם מיט‬
‫חלות פֿון געז ַײערטן ברױט זאָל ער ברענגען ז ַײן אָפּפֿערגאָב ב ַײ ז ַײן‬
   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18