Page 20 - Vayikro
P. 20
ויקרא
האָט זײ געבענטשט; און ער האָט אַראָפּגענידערט פֿון מאַכן דאָס
זינדאָפּפֿער און דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿרידאָפּפֿער 23 .און
משה און אַהרן ז ַײנען אַר ַײנגעגאַנגען אין אוֹהל-מוֹעד ,און ז ַײנען
אַרױסגעגאַנגען און האָבן געבענטשט דאָס פֿאָלק; און די פּראַכט פֿון
גאָט האָט זיך באַװיזן צום גאַנצן פֿאָלק 24 .און אַ פֿ ַײער איז
אַרױסגעגאַנגען פֿון פֿאַר גאָט ,און האָט פֿאַרצערט אױפֿן מזבח דאָס
בראַנדאָפּפֿער און דאָס פֿעטס .און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזען,
און זײ האָבן אױסגעשריען ,און ז ַײנען געפאַלן אױף זײער פּנים.
1און די זין פֿון אַהרֹנעןָ ,נדבֿ און אַבֿיהוא ,האָבן גענומען
איטלעכער ז ַײן פֿ ַײערפֿאַן ,און האָבן אַר ַײנגעלײגט דערין פֿ ַײער,י
און אַרױפֿגעטאָן דערױף װ ַײרױך ,און געבראַכט פֿאַר גאָט פֿרעמד
פֿ ַײער ,װאָס ער האָט זײ ניט באַפֿױלן 2 .איז אַרױס אַ פֿ ַײער פֿון פֿאַר
גאָט ,און האָט זײ פֿאַרצערט ,און זײ ז ַײנען געשטאָרבן פֿאַר גאָט3 .
און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען :דאָס איז װאָס גאָט האָט
גערעדט ,אַזױ צו זאָגן:
דורך מ ַײנע נאָנטע װעל איך געהײליקט װערן,
און פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק װעל איך געערלעכט װערן.
און אַהרן האָט געשװיגן 4 .און משה האָט גערופֿן מי ָש ֶאל און
ֶאל ָצפֿן ,די זין פֿון עוזי ֵאל ,אַהרנס פֿעטער ,און האָט צו זײ געזאָגט:
גענענט ,טראָגט אַרױס א ַײערע ברידער פֿון פֿאַר דעם הײליקטום
אױסן לאַגער 5 .האָבן זײ גענענט ,און האָבן זײ אַרױסגעטראָגן אין
זײערע העמדלעך אױסן לאַגער ,אַזױ װי משה האָט גערעדט.
6און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען ,און צו ֶאל ָעֶזרן און צו אי ָת ָמרן,
ז ַײנע זין :א ַײערע קעפּ זאָלט איר ניט לאָזן פֿאַרװאַקסן ,און א ַײערע
קלײדער זאָלט איר ניט א ַײנר ַײסן ,כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן ,און
אױף דער גאַנצער עדה װעט ער צערענען; נאָר א ַײערע ברידער ,דאָס
גאַנצע הױז פֿון ישׂראל ,זאָלן באַװײנען די פֿאַרברענונג װאָס גאָט
האָט פֿאַרברענט 7 .און פֿון א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד זאָלט איר ניט
אַרױסגײן ,כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן; װאָרום דאָס אײל פֿון גאָטס
זאַלבונג איז אױף א ַײך.
און זײ האָבן געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן.