Page 21 - Vayikro
P. 21

‫ויקרא‬

‫‪ 8‬און גאָט האָט גערעדט צו אַהרֹנען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 9 :‬װ ַײן און‬
‫שטאַרק געטראַנק זאָלסטו ניט טרינקען‪ ,‬דו און ד ַײנע זין מיט דיר‪,‬‬
‫װען איר גײט אַר ַײן אין אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬כּדי איר זאָלט ניט שטאַרבן; אַן‬
‫אײביק געזעץ אױף א ַײערע דוֹר‪-‬דוֹרות; ‪ 10‬כּדי איר זאָלט אָפּשײדן‬
‫צװישן הײליקן און אומהײליקן‪ ,‬און צװישן אומרײנעם און רײנעם;‬
‫‪ 11‬און לערנען די קינדער פֿון ישׂראל אַלע געזעצן װאָס גאָט האָט זײ‬

                                                   ‫געהײסן דורך משהן‪.‬‬

‫‪ 12‬און משה האָט גערעדט צו אַהרֹנען‪ ,‬און צו ֶאל ָעָזרן און צו‬
‫אי ָת ָמרן‪ ,‬ז ַײנע געבליבענע זין‪ :‬נעמט דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער װאָס בל ַײבט‬
‫פֿון די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָט‪ ,‬און עסט עס אומגעז ַײערט לעבן מזבח;‬
‫װאָרום אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס‪ 13 .‬און איר זאָלט עס עסן‬
‫אין אַ הײליקן אָרט‪ ,‬װ ַײל ד ַײן רעכט און ד ַײנע קינדערס רעכט איז‬
‫דאָס פֿון די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָט; װאָרום אַזױ בין איך באַפֿױלן‬
‫געװאָרן‪ 14 .‬און די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג און דעם שענקל פֿון‬
‫אָפּשײדונג זאָלט איר עסן אין אַ רײנעם אָרט‪ ,‬דו‪ ,‬און ד ַײנע זין און‬
‫ד ַײנע טעכטער מיט דיר; װאָרום װי ד ַײן רעכט און ד ַײנע קינדערס‬
‫רעכט ז ַײנען זײ געגעבן געװאָרן פֿון די פֿרידאָפּפֿער פֿון די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ 15 .‬דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג און די ברוסט פֿון‬
‫אױפֿהײבונג זאָלן זײ ברענגען מיט די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון פֿעטס‪ ,‬כּדי זײ‬
‫אױפֿצוהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט; און עס זאָל געהערן צו דיר‪,‬‬
‫און צו ד ַײנע קינדער מיט דיר‪ ,‬פֿאַר אַן אײביקן רעכט‪ ,‬אַזױ װי גאָט‬

                                                         ‫האָט באַפֿױלן‪.‬‬

‫‪ 16‬און משה האָט נאָכפֿרעגן זיך נאָכגעפֿרעגט װעגן דעם באָק פֿון‬
‫זינדאָפּפֿער‪ ,‬ערשט ער איז פֿאַרברענט געװאָרן‪ .‬האָט ער געצערנט‬
‫אױף ֶאל ָעָזרן און אױף אי ָת ָמרן‪ ,‬אַהרנס געבליבענע זין‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
‫‪ 17‬פֿאַר װאָס האָט איר ניט געגעסן דאָס זינדאָפּפֿער אין הײליקן‬
‫אָרט? װאָרום אַ הײליקסטע הײליקײט איז דאָס‪ ,‬און ער האָט דאָס‬
‫א ַײך געגעבן‪ ,‬כּדי צו נעמען אױף זיך די זינד פֿון דער עדה‪ ,‬מ ַכפּר צו‬
‫ז ַײן אױף זײ פֿאַר גאָט‪ 18 .‬ז ַײן בלוט איז דאָך ניט געבראַכט געװאָרן‬
‫אינעװײניק אין הײליקטום; עסן האָט איר עס געזאָלט עסן אין‬

                                ‫הײליקטום‪ ,‬אַזױ װי איך האָב באַפֿױלן‪.‬‬

‫‪ 19‬האָט אַהרן גערעדט צו משהן‪ :‬אָט האָבן זײ ה ַײנט געבראַכט זײער‬
‫זינדאָפּפֿער און זײער בראַנדאָפּפֿער פֿאַר גאָט‪ ,‬און מיר האָט אַזױ‬
   16   17   18   19   20   21   22   23   24   25   26