Page 27 - Vayikro
P. 27

‫ויקרא‬

‫ער איז אומרײן‪ 12 .‬און אױב אױסברעכן װעט אױסברעכן די צרעת‬
‫אױף דער הױט‪ ,‬און די צרעת װעט באַדעקן די גאַנצע הױט פֿון דעם‬
‫װאָס האָט דעם אױסשלאָג פֿון קאָפּ ביז די פֿיס‪ ,‬װוּ נאָר די אױגן פֿון‬
‫כֹּהן גיבן אַ קוק‪ 13 ,‬איז‪ ,‬אַז דער כֹּהן װעט זען‪ ,‬ערשט די צרעת האָט‬
‫באַדעקט ז ַײן גאַנצן ל ַײב‪ ,‬זאָל ער מאַכן דעם װאָס האָט דעם‬
‫אױסשלאָג פֿאַר רײן; ער איז אין גאַנצן געװאָרן װ ַײס‪ ,‬איז ער רײן‪14 .‬‬
‫אָבער דעם טאָג װאָס עס באַװ ַײזט זיך אױף אים װילדפֿלײש‪ ,‬זאָל ער‬
‫װערן אומרײן‪ 15 .‬און אַז דער כֹּהן װעט זען דאָס װילדפֿלײש‪ ,‬זאָל ער‬
‫אים מאַכן פֿאַר אומרײן; װילדפֿלײש דאָס איז אומרײן; צרעת איז‬
‫דאָס‪ 16 .‬אױב אָבער דאָס װילדפֿלײש װעט װידער װערן װ ַײס‪ ,‬זאָל‬
‫ער קומען צום כֹּהן‪ 17 .‬און אַז דער כֹּהן װעט אים באַקוקן‪ ,‬ערשט‬
‫דער אױסשלאָג איז געװאָרן װ ַײס‪ ,‬זאָל דער כֹּהן מאַכן דעם װאָס‬

                          ‫האָט דעם אױסשלאָג‪ ,‬פֿאַר רײן; ער איז רײן‪.‬‬

‫‪ 18‬און אַ ל ַײב‪ ,‬אַז ב ַײ אים אױף ז ַײן הױט װעט ז ַײן אַן אױסשיט‪ ,‬און‬
‫ער װעט פֿאַרהײלט װערן‪ 19 ,‬און אױף דעם אָרט פֿון דעם אױסשיט‬
‫װעט װערן אַ װ ַײסע געשװילעכץ‪ ,‬אָדער אַ רױטלעך װ ַײסער פֿלעק‪,‬‬
‫זאָל ער באַװיזן װערן צום כֹּהן‪ 20 .‬און אַז דער כֹּהן װעט זען‪ ,‬ערשט‬
‫דאָס אױסזען דערפֿון איז נידעריקער פֿון דער הױט‪ ,‬און די האָר‬
‫דערױף איז געװאָרן װ ַײס‪ ,‬זאָל דער כֹּהן אים מאַכן פֿאַר אומרײן; די‬
‫פּלאָג פֿון צרעת איז דאָס‪ ,‬װאָס האָט אױסגעבראָכן אױף דעם‬
‫אױסשיט‪ 21 .‬און אַז דער כֹּהן װעט עס באַקוקן‪ ,‬ערשט װ ַײסע האָר‬
‫איז דערױף ניטאָ‪ ,‬און עס איז ניט נידעריקער פֿון דער הױט‪ ,‬און עס‬
‫איז מאַט‪ ,‬זאָל אים דער כֹּהן א ַײנשליסן אױף זיבן טעג‪ 22 .‬אױב‬
‫אָבער שפּרײטן װעט עס זיך פֿאַרשפּרײטן אױף דער הױט‪ ,‬זאָל דער‬
‫כֹּהן אים מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג איז דאָס‪ 23 .‬און אױב דער‬
‫פֿלעק שטײט אױף ז ַײן אָרט‪ ,‬ער האָט זיך ניט פֿאַרשפּרײט‪ ,‬איז דאָס‬
 ‫דער צײכן פֿון דעם אױסשיט‪ ,‬און דער כֹּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר רײן‪.‬‬

‫‪ 24‬אָדער אַ ל ַײב‪ ,‬אַז אױף ז ַײן הױט װעט ז ַײן אַ ברען פֿון פֿ ַײער‪ ,‬און‬
‫דער אָנװוּקס פֿון דעם ברען װעט װערן אַ רױטלעך װ ַײסער אָדער אַ‬
‫װ ַײסער פֿלעק‪ 25 ,‬און דער כֹּהן װעט עס באַקוקן‪ ,‬ערשט די האָר‬
‫אױף דעם פֿלעק איז געװאָרן װ ַײס‪ ,‬און דאָס אױסזען דערפֿון איז‬
‫טיפער פֿון דער הױט‪ ,‬איז דאָס אַ צרעת װאָס האָט אױסגעבראָכן‬
‫אױפֿן ברען‪ ,‬און דער כֹּהן זאָל אים מאַכן פֿאַר אומרײן; די פּלאָג פֿון‬
‫צרעת איז דאָס‪ 26 .‬אױב אָבער דער כֹּהן װעט עס באַקוקן‪ ,‬ערשט‬
   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32