Page 33 - Vayikro
P. 33
ויקרא
32דאָס איז דער דין פֿון דעם װאָס אױף אים איז די פּלאָג פֿון צרעת,
װאָס ז ַײן האַנט פֿאַרמאָגט ניט ב ַײ ז ַײן רײניקונג.
33און גאָט האָט גערעדט צו משהן און צו אַהרֹנען ,אַזױ צו זאָגן:
34אַז איר װעט קומען אין לאַנד כַּנ ַען װאָס איך גיב א ַײך צום
אײגנטום ,און איך װעל ברענגען אַ פּלאָג פֿון צרעת אין אַ הױז פֿון
דעם לאַנד פֿון א ַײער אײגנטום 35 ,זאָל קומען דער װאָס דאָס הױז
געהערט צו אים ,און ער זאָל דערצײלן דעם כֹּהן ,אַזױ צו זאָגן :אַזױ
װי אַן אױסשלאָג װ ַײזט מיר אױס אין הױז 36 .און דער כֹּהן זאָל
הײסן מע זאָל אױסראַמען דאָס הױז אײדער דער כֹּהן װעט קומען
באַקוקן דעם אױסשלאָג ,כּדי אַלץ װאָס אין הױז זאָל ניט װערן
אומרײן; און דערנאָך זאָל דער כֹּהן קומען באַקוקן דאָס הױז 37 .און
אַז ער װעט באַקוקן דעם אױסשלאָג ,ערשט דער אױסשלאָג אױף די
װענט פֿון הױז איז גרינלעכע און רױטלעכע גריבלעך ,און זײער
אױסזען איז נידעריקער פֿון דער װאַנט 38 ,זאָל דער כֹּהן אַרױסגײן
פֿון הױז אין א ַײנגאַנג פֿון הױז ,און פֿאַרשליסן דאָס הױז אױף זיבן
טעג 39 .און דער כֹּהן זאָל צוריקקומען אױפֿן זיבעטן טאָג ,און אַז ער
װעט זען ,ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אױף די װענט
פֿון הױז 40 ,זאָל דער כֹּהן הײסן מע זאָל אַרױסנעמען די שטײנער
װאָס אױף זײ איז דער אױסשלאָג ,און מע זאָל זײ אַװעקװאַרפֿן
אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט 41 .און דאָס הױז זאָל ער לאָזן
אַרומהאַקן פֿון אינעװײניק רונד אַרום ,און די לײם װאָס מע האַקט
אױס ,זאָל מען אױסשיטן אױסן שטאָט אין אַן אומרײנעם אָרט42 .
און מע זאָל נעמען אַנדערע שטײנער ,און אַר ַײנשטעלן אױף דעם
אָרט פֿון יענע שטײנער ,און מע זאָל נעמען אַנדערע לײם ,און
פֿאַרקלעפּן דאָס הױז 43 .און אױב דער אױסשלאָג װעט װידער
אױסברעכן אין הױז נאָכדעם װי מע האָט אַרױסגענומען די שטײנער,
און נאָכן אַרומהאַקן דאָס הױז ,און נאָכן פֿאַרקלעפּן 44 ,און דער כֹּהן
װעט קומען און זען ,ערשט דער אױסשלאָג האָט זיך פֿאַרשפּרײט אין
הױז ,איז דאָס אַן עסיקע צרעת אין הױז; אומרײן איז דאָס 45 .און
מע זאָל צעברעכן דאָס הױז ,ז ַײנע שטײנער ,און ז ַײן האָלץ ,און די
גאַנצע לײם פֿון הױז ,און אַרױסטראָגן אױסן שטאָט אין אַן
אומרײנעם אָרט 46 .און דער װאָס קומט אַר ַײן אין הױז אַלע טעג
װאָס מע האַלט עס אָפּגעשלאָסן ,זאָל ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט 47 .און
דער װאָס ליגט אין דעם הױז ,זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער; און דער