Page 36 - Vayikro
P. 36
ויקרא
19און אַ פֿרױ ,אַז זי װעט ז ַײן פֿלוסיק – בלוט װעט ז ַײן איר פֿליסונג
פֿון איר ל ַײב – זאָל זי זיבן טעג ז ַײן אין איר אָפּזונדערונג ,און
איטלעכער װאָס רירט זיך אָן איר אָן ,זאָל ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט20 .
און אַלץ װאָס זי װעט ליגן דערױף אין איר אָפּזונדערונג ,זאָל ז ַײן
אומרײן; און אַלץ װאָס זי װעט זיצן דערױף ,זאָל ז ַײן אומרײן 21 .און
איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן איר געלעגער ,זאָל װאַשן ז ַײנע
קלײדער ,און זיך באָדן אין װאַסער ,און ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט22 .
און איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן עפּעס אַ זאַך װאָס זי זיצט
דערױף ,זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער ,און זיך באָדן אין װאַסער ,און ז ַײן
אומרײן ביזן אָװנט 23 .אַפֿילו אױב ער איז אױף דעם געלעגער אָדער
אױף דער זאַך װאָס זי זיצט דערױף ,װען ער רירט זיך אָן דעם אָן,
זאָל ער נאָר ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט 24 .און אױב ליגן װעט ליגן מיט
איר אַ מאַן ,און איר אומרײניקײט װעט ז ַײן אױף אים ,זאָל ער ז ַײן
אומרײן זיבן טעג ,און איטלעך געלעגער װאָס ער װעט ליגן דערױף,
זאָל ז ַײן אומרײן.
25און אַ פֿרױ ,אַז איר בלוטפֿליסונג װעט פֿליסן פֿיל טעג ,ניט אין
דער צ ַײט פֿון איר אָפּזונדערונג ,אָדער זי װעט ז ַײן פֿלוסיק איבער
דער צ ַײט פֿון איר אָפּזונדערונג ,זאָל זי אַלע טעג פֿון איר אומרײנער
פֿליסונג ז ַײן אַזױ װי אין די טעג פֿון איר אָפּזונדערונג; זי איז
אומרײן 26 .איטלעך געלעגער װאָס זי װעט ליגן דערױף אַלע טעג פֿון
איר פֿליסונג ,זאָל איר ז ַײן אַזױ װי דאָס געלעגער פֿון איר
אָפּזונדערונג; און איטלעכע זאַך װאָס זי װעט זיצן דערױף ,זאָל ז ַײן
אומרײן אַזױ װי די אומרײנקײט פֿון איר אָפּזונדערונג 27 .און
איטלעכער װאָס רירט זיך אָן זײ אָן ,זאָל װערן אומרײן; און ער זאָל
װאַשן ז ַײנע קלײדער ,און זיך באָדן אין װאַסער ,און ז ַײן אומרײן ביזן
אָװנט 28 .און אַז זי װערט רײן פֿון איר פֿליסונג ,זאָל זי זיך צײלן זיבן
טעג ,און דערנאָך זאָל זי ז ַײן רײן 29 .און אױפֿן אַכטן טאָג זאָל זי זיך
נעמען צװײ טורטלטױבן ,אָדער צװײ יונגע טױבן ,און זײ ברענגען
צום כֹּהן ,צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד 30 .און דער כֹּהן זאָל מאַכן
אײנע אַ זינדאָפּפֿער ,און אײנע אַ בראַנדאָפּפֿער ,און דער כֹּהן זאָל
מ ַכפּר ז ַײן אױף איר פֿאַר גאָט פֿון װעגן איר אומרײנער פֿליסונג.
31און איר זאָלט אָפּשײדן די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײער
אומרײנקײט ,כּדי זײ זאָלן ניט שטאַרבן דורך זײער אומרײנקײט ,אַז
זײ װעלן פֿאַראומרײניקן מ ַײן ִמשכּן װאָס צװישן זײ.