Page 39 - Vayikro
P. 39

‫ויקרא‬

‫בראַנדאָפּפֿער פֿון פֿאָלק‪ ,‬און מ ַכפּר ז ַײן אױף זיך און אױפֿן פֿאָלק‪25 .‬‬
‫און דאָס פֿעטס פֿון דעם זינדאָפּפֿער זאָל ער דעמפֿן אױפֿן מזבח‪26 .‬‬
‫און דער װאָס באַלײט דעם באָק צו ַעָזאזל‪ ,‬זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער‪,‬‬
‫און באָדן ז ַײן ל ַײב אין װאַסער‪ ,‬און דערנאָך מעג ער אַר ַײנקומען אין‬
‫לאַגער‪ 27 .‬און דעם אָקס פֿון זינדאָפּפֿער‪ ,‬און דעם באָק פֿון‬
‫זינדאָפּפֿער‪ ,‬װאָס זײער בלוט איז געבראַכט געװאָרן‪ ,‬מ ַכפּר צו ז ַײן‬
‫אין הײליקטום‪ ,‬זאָל מען אַרױסטראָגן אױסן לאַגער‪ ,‬און פֿאַרברענען‬
‫אין פֿ ַײער זײערע פֿעלן‪ ,‬און זײער פֿלײש‪ ,‬און זײער מיסט‪ 28 .‬און‬
‫דער װאָס פֿאַרברענט זײ‪ ,‬זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און באָדן ז ַײן‬

       ‫ל ַײב אין װאַסער‪ ,‬און דערנאָך מעג ער אַר ַײנקומען אין לאַגער‪.‬‬

‫‪ 29‬און דאָס זאָל א ַײך ז ַײן צום אײביקן געזעץ‪ :‬אין זיבעטן חוֹדש‪ ,‬אין‬
‫צענטן טאָג פֿון חוֹדש‪ ,‬זאָלט איר פּ ַײניקן א ַײער זעל‪ ,‬און קײן אַרבעט‬
‫זאָלט איר ניט טאָן‪ ,‬ס ַײ דער א ַײנגעבאָרענער‪ ,‬און ס ַײ דער פֿרעמדער‬
‫װאָס האַלט זיך אױף צװישן א ַײך‪ 30 .‬װאָרום אין דעם דאָזיקן טאָג‬
‫װעט מען מ ַכפּר ז ַײן אױף א ַײך‪ ,‬א ַײך צו רײניקן; פֿון אַלע א ַײערע זינד‬
‫װעט איר רײן װערן פֿאַר גאָט‪ 31 .‬אַ שבת פֿון רוּונג איז דאָס פֿאַר‬
‫א ַײך‪ ,‬און איר זאָלט פּ ַײניקן א ַײער זעל; אַן אײביק געזעץ‪ 32 .‬און דער‬
‫כֹּהן װאָס מע װעט אים זאַלבן‪ ,‬און װאָס מע װעט דערפֿילן ז ַײן האַנט‬
‫צו ז ַײן אַ כֹּהן אױף ז ַײן פֿאָטערס אָרט‪ ,‬זאָל מ ַכפּר ז ַײן; און ער זאָל‬
‫אָנטאָן די ל ַײנענע קלײדער‪ ,‬די הײליקע קלײדער‪ 33 .‬און ער זאָל‬
‫מ ַכפּר ז ַײן אױפֿן ָקד ֵשי‪-‬ק ָדשים‪ ,‬און אױפֿן אוֹהל‪-‬מוֹעד; אױך אױפֿן‬
‫מזבח זאָל ער מ ַכפּר ז ַײן‪ ,‬און אױף די כֹּהנים‪ ,‬און אױף דעם גאַנצן‬
‫פֿאָלק פֿון דער א ַײנזאַמלונג זאָל ער מ ַכפּר ז ַײן‪ 34 .‬און דאָס זאָל א ַײך‬
‫ז ַײן צום אײביקן געזעץ‪ ,‬מ ַכפּר צו ז ַײן אױף די קינדער פֿון ישׂראל פֿון‬

                             ‫װעגן אַלע זײערע זינד‪ ,‬אײן מאָל אין יאָר‪.‬‬

                ‫און ער האָט געטאָן אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬רעד צו‬

‫אַהרֹנען‪ ,‬און צו ז ַײנע זין‪ ,‬און צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אוןיז‬

‫זאָלסט זאָגן צו זײ‪ :‬דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן‪ ,‬אַזױ צו‬
                                                                   ‫זאָגן‪:‬‬
   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44