Page 44 - Vayikro
P. 44
ויקרא
הײליק זאָלט איר ז ַײן ,װאָרום איך יהוה א ַײער גאָט בין הײליק 3 .איר
זאָלט איטלעכער האָבן אָפּש ַײ פֿאַר ז ַײן מוטער און ז ַײן פֿאָטער ,און
מ ַײנע שבתים זאָלט איר היטן :איך בין יהוה א ַײער גאָט.
4איר זאָלט א ַײך ניט קערן צו די געצן ,און געגאָסענע געטער זאָלט
איר א ַײך ניט מאַכן :איך בין יהוה א ַײער גאָט.
5און אַז איר װעט שלאַכטן אַ פֿרידאָפּפֿער צו גאָט ,זאָלט איר עס
שלאַכטן אַז איר זאָלט באַװיליקט װערן 6 .אין דעם טאָג פֿון א ַײער
שלאַכטונג זאָל עס געגעסן װערן ,און אױף מאָרגן; און װאָס בל ַײבט
איבער ביז אױפֿן דריטן טאָג ,זאָל אין פֿ ַײער פֿאַרברענט װערן 7 .און
אױב געגעסן װעט עס געגעסן װערן אױפֿן דריטן טאָג ,איז דאָס אַן
אומװערדיקײט; עס װעט ניט באַװיליקט װערן 8 .און דער װאָס עסט
דאָס ,װעט טראָגן ז ַײן זינד ,װאָרום אַ הײליקײט פֿון גאָט האָט ער
פֿאַרשװעכט; און יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון איר פֿאָלק.
9און אַז איר שנ ַײדט דעם שניט פֿון א ַײער לאַנד ,זאָלסטו ניט
דערענדיקן שנ ַײדן דעם עק פֿון ד ַײן פֿעלד ,און דעם נאָכקל ַײב פֿון
ד ַײן שניט זאָלסטו ניט נאָכקל ַײבן 10 .און ד ַײן װ ַײנגאָרטן זאָלסטו
ניט אַרומקל ַײבן רײן ,און דאָס אַראָפּגעפאַלענע פֿון ד ַײן װ ַײנגאָרטן
זאָלסטו ניט אױפֿקל ַײבן; פֿאַרן אָרימאַן און פֿאַרן פֿרעמדן זאָלסטו זײ
איבערלאָזן :איך בין יהוה א ַײער גאָט.
11איר זאָלט ניט גנבען ,און איר זאָלט ניט פֿאַרלײקענען ,און איר
זאָלט ניט זאָגן ליגן אײנער דעם אַנדערן 12 .און איר זאָלט ניט
שװערן ב ַײ מ ַײן נאָמען צום פאַלשן ,און פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון
ד ַײן גאָט :איך בין יהוה.
13זאָלסט ניט דריקן ד ַײן חבר ,און ניט באַגזלען .זאָלסט ניט לאָזן
איבערנעכטיקן דעם לױן פֿון אַ געדונגענעם ב ַײ דיר ביז אין דער פֿרי.
14זאָלסט ניט שילטן אַ טױבן ,און פֿאַר אַ בלינדן זאָלסטו ניט לײגן
אַ שטרױכלונג; און זאָלסט מוֹרא האָבן פֿאַר ד ַײן גאָט :איך בין יהוה.
15איר זאָלט ניט טאָן אַן עװלה אין אַ משפּט; זאָלסט ניט שױנען
דעם פּנים פֿון אַן אָרימאַן ,און ניט שאַנעװען דעם פּנים פֿון אַ גרױסן
מאַן; מיט גערעכטיקײט זאָלסטו משפּטן ד ַײן חבר 16 .זאָלסט ניט