Page 49 - Vayikro
P. 49
ויקרא
ֱאמוֹר
1און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :רעד צו די כֹּהנים ,די זין
פֿון אַהרֹנען ,און זאָלסט זאָגן צו זײ:כא
קײנער זאָל זיך ניט פֿאַראומרײניקן אָן אַ טױטן צװישן ז ַײן פֿאָלק; 2
ס ַײדן אָן ז ַײנעם אַ ל ַײב-קרוב װאָס איז נאָנט צו אים ,אָן ז ַײן מוטער,
און אָן ז ַײן פֿאָטער ,און אָן ז ַײן זון ,און אָן ז ַײן טאָכטער ,און אָן ז ַײן
ברודער; 3און אָן ז ַײן שװעסטער אַ יונגפֿרױ ,װאָס איז נאָנט צו אים,
װאָס האָט נאָך ניט געהאַט אַ מאַן – אָן איר מעג ער זיך
פֿאַראומרײניקן 4 .דער האַר צװישן ז ַײן פֿאָלק טאָר זיך ניט
פֿאַראומרײניקן זיך צו פֿאַרשװעכן 5 .זײ זאָלן ניט מאַכן אַ פּליך אױף
זײער קאָפּ ,און די ברעגן פֿון זײער באָרד זאָלן זײ ניט אָפּגאָלן ,און
אױף זײער ל ַײב זאָלן זײ ניט א ַײנשנ ַײדן אַן א ַײנשנ ַײדונג 6 .הײליק
זאָלן זײ ז ַײן צו זײער גאָט ,און זײ זאָלן ניט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען
פֿון זײער גאָט ,װאָרום די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון יהוה ,די שפּ ַײז פֿון
זײער גאָט ,ז ַײנען זײ מקריבֿ ,דרום מוזן זײ ז ַײן הײליק.
7אַ װ ַײב אַ זוֹנה אָדער אַ פֿאַרשװעכטע זאָלן זײ ניט נעמען ,און אַ
װ ַײב געֶגט פֿון איר מאַן זאָלן זײ ניט נעמען; װאָרום ער איז הײליק
צו ז ַײן גאָט 8 .און זאָלסט אים האַלטן הײליק ,װאָרום די שפּ ַײז פֿון
ד ַײן גאָט איז ער מקריבֿ; הײליק זאָל ער דיר ז ַײן ,װאָרום הײליק בין
איך יהוה ,װאָס הײליק א ַײך.
9און די טאָכטער פֿון אַ מאַן אַ כֹּהן ,אַז זי װעט זיך פֿאַרשװעכן מַזנה
צו ז ַײן ,פֿאַרשװעכט זי איר פֿאָטער; אין פֿ ַײער זאָל זי פֿאַרברענט
װערן.
10און דער כֹּהן װאָס איז דער גרעסטער פֿון ז ַײנע ברידער ,װאָס
אױף ז ַײן קאָפּ איז אַרױפֿגעגאָסן געװאָרן דאָס אײל פֿון זאַלבונג ,און
מע האָט דערפֿילט ז ַײן האַנט אָנצוטאָן די קלײדער ,זאָל ניט לאָזן
פֿאַרװאַקסן ז ַײן קאָפּ ,און ניט א ַײנר ַײסן ז ַײנע קלײדער; 11און צו
קײן ל ַײב פֿון אַ מת זאָל ער ניט צוגײן; אַפֿילו אָן ז ַײן פֿאָטער און אָן
ז ַײן מוטער זאָל ער זיך ניט פֿאַראומרײניקן 12 .און פֿון הײליקטום
זאָל ער ניט אַרױסגײן ,און ניט פֿאַרשװעכן דאָס הײליקטום פֿון ז ַײן
גאָט ,װאָרום די קרױן פֿון דעם אײל פֿון גאָטס זאַלבונג איז אױף
אים :איך בין יהוה 13 .און אַ װ ַײב אין איר יונגפֿרױשאַפֿט זאָל ער