Page 50 - Vayikro
P. 50
ויקרא
נעמען 14 .אַן אַלמנה ,אָדער אַ גרושה ,אָדער אַ פֿאַרשװעכטע ,אַ
זוֹנה ,די דאָזיקע זאָל ער ניט נעמען; נאָר בלױז אַ יונגפֿרױ פֿון ז ַײן
פֿאָלק זאָל ער נעמען פֿאַר אַ װ ַײב 15 .און ער זאָל ניט פֿאַרשװעכן
ז ַײן זאָמען צװישן ז ַײן פֿאָלק ,װאָרום איך יהוה הײליק אים.
16און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 17 :רעד צו
אַהרֹנען ,אַזױ צו זאָגן:
איטלעכער פֿון ד ַײן זאָמען אױף זײערע דוֹר-דוֹרות ,װאָס אין אים
װעט ז ַײן אַ מום ,זאָל ניט גענענען מקריבֿ צו ז ַײן די שפּ ַײז פֿון ז ַײן
גאָט 18 .װאָרום איטלעכער מאַן װאָס אין אים איז דאָ אַ מום ,טאָר
ניט גענענען :אַ מאַן אַ בלינדער ,אָדער אַ הינקעדיקער ,אָדער מיט
אַן א ַײנגעפאַלענער נאָז ,אָדער מיט אײן גליד צו לאַנג 19 ,אָדער אַ
מאַן װאָס ב ַײ אים װעט ז ַײן צעבראָכן אַ פוס ,אָדער צעבראָכן אַ
האַנט 20 ,אָדער אַ הױקער ,אָדער אַ קאַרליק ,אָדער מיט אַ בעלם
אױף ז ַײן אױג ,אָדער מיט טרוקענע קרעץ ,אָדער פ ַײכטע קרעץ,
אָדער אַ געבריכטער 21 .איטלעכער מאַן פֿון דעם זאָמען פֿון אַהרן
דעם כֹּהן ,װאָס אין אים איז דאָ אַ מום ,זאָל ניט גענענען מקריבֿ צו
ז ַײן די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָט; אַ מום איז דאָ אין אים ,טאָר ער ניט
גענענען מקריבֿ צו ז ַײן די שפּ ַײז פֿון ז ַײן גאָט 22 .די שפּ ַײז פֿון ז ַײן
גאָט ,פֿון הײליקסטן הײליקן אַזױ װי פֿון הײליקן ,מעג ער עסן23 .
אָבער צום ָפּרוֹ ֶכת טאָר ער ניט קומען ,און צום מזבח טאָר ער ניט
גענענען ,װ ַײל אַ מום איז דאָ אין אים; און ער זאָל ניט פֿאַרשװעכן
מ ַײנע הײליקײטן ,װאָרום איך יהוה הײליק זײ.
24און משה האָט דאָס גערעדט צו אַהרֹנען ,און צו ז ַײנע זין ,און צו
אַלע קינדער פֿון ישׂראל.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :רעד צו
אַהרֹנען און צו ז ַײנע זין ,אַז זײ זאָלן זיך האַלטן אָפּגעשײדטכב
פֿון די הײליקע זאַכן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,װאָס זײ הײליקן צו
מיר ,און זײ זאָלן ניט פֿאַרשװעכן מ ַײן הײליקן נאָמען :איך בין יהוה.
3זאָג צו זײ: