Page 51 - Vayikro
P. 51

‫ויקרא‬

‫איטלעכער מאַן פֿון אַל א ַײער זאָמען אױף א ַײערע דוֹר‪-‬דוֹרות װאָס‬
‫װעט גענענען צו די הײליקע זאַכן‪ ,‬װאָס די קינדער פֿון ישׂראל װעלן‬
‫הײליקן צו גאָט‪ ,‬מיט ז ַײן אומרײנקײט אױף אים‪ ,‬יענע זעל זאָל‬
‫פֿאַרשניטן װערן פֿון פֿאַר מיר‪ :‬איך בין יהוה‪ 4 .‬יעטװעדער מאַן פֿון‬
‫דעם זאָמען פֿון אַהרן װאָס איז אַ מצוֹרע אָדער אַ פֿלוסיקער‪ ,‬טאָר‬
‫פֿון די הײליקע זאַכן ניט עסן‪ ,‬ביז ער װעט רײן װערן‪ .‬און דער װאָס‬
‫רירט זיך אָן אָן עמיצן װאָס איז אומרײן פֿון אַ טױטן; אָדער אַ מאַן‬
‫װאָס פֿון אים װעט אַרױסגײן אַ פֿלוס פֿון זאָמען; ‪ 5‬אָדער אַ מאַן‬
‫װאָס װעט זיך אָנרירן אָן װאָסער עס איז שרץ װאָס מע װערט פֿון‬
‫אים אומרײן‪ ,‬אָדער אָן אַ מענטשן װאָס מע װערט פֿון אים אומרײן‪,‬‬
‫װאָס נאָר ז ַײן אומרײנקײט איז – ‪ 6‬דער מענטש װאָס װעט זיך‬
‫אָנרירן אָן זײ‪ ,‬זאָל ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט‪ ,‬און ער זאָל ניט עסן פֿון‬
‫די הײליקע זאַכן‪ ,‬ס ַײדן ער האָט געבאָדן ז ַײן ל ַײב אין װאַסער‪ 7 .‬און‬
‫אַז די זון װעט אונטערגײן‪ ,‬זאָל ער ז ַײן רײן‪ ,‬און דערנאָך מעג ער עסן‬
‫פֿון די הײליקע זאַכן‪ ,‬װאָרום דאָס איז ז ַײן ברױט‪ 8 .‬געפאַלנס און‬
‫פֿאַרצוקטס זאָל ער ניט עסן‪ ,‬צו װערן אומרײן דערמיט‪ :‬איך בין‬
‫יהוה‪ 9 .‬און זײ זאָלן היטן מ ַײן היטונג‪ ,‬כּדי זײ זאָלן ניט טראָגן װעגן‬
‫דעם אַ זינד און שטאַרבן דורך דעם‪ ,‬אַז זײ װעלן עס פֿאַרשװעכן‪ :‬איך‬
‫יהוה הײליק זײ‪ 10 .‬און קײן פֿרעמדער טאָר ניט עסן הײליקס; אַ‬
‫װוינער ב ַײ אַ כֹּהן‪ ,‬אָדער אַ געדונגענער‪ ,‬טאָר ניט עסן הײליקס‪11 .‬‬
‫און אַז אַ כֹּהן װעט קױפֿן עמיצן אין א ַײנקױף פֿאַר ז ַײן געלט‪ ,‬מעג ער‬
‫עסן דערפֿון; און די װאָס ז ַײנען געבאָרן אין ז ַײן הױז‪ ,‬זײ מעגן עסן‬
‫פֿון ז ַײן ברױט‪ 12 .‬און די טאָכטער פֿון אַ כֹּהן אַז זי װעט נעמען אַ‬
‫מאַן אַ פֿרעמדן‪ ,‬טאָר זי פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג ניט עסן‪13 .‬‬
‫אָבער די טאָכטער פֿון אַ כֹּהן‪ ,‬אַז זי װעט װערן אַן אַלמנה‪ ,‬אָדער אַ‬
‫גרושה‪ ,‬און קײן קינדער האָט זי ניט‪ ,‬און זי װעט זיך אומקערן צו‬
‫איר פֿאָטערס הױז אַזױ װי אין איר יוגנט‪ ,‬מעג זי עסן פֿון איר‬
‫פֿאָטערס ברױט; אָבער קײן פֿרעמדער טאָר דערפֿון ניט עסן‪ 14 .‬און‬
‫אַז עמיצער װעט עסן הײליקס דורך אַ פֿאַרזע‪ ,‬זאָל ער צולײגן דערצו‬
‫אַ פינפֿטל דערפֿון‪ ,‬און אָפּצאָלן דאָס הײליקע צום כֹּהן‪ 15 .‬און זײ‬
‫זאָלן ניט פֿאַרשװעכן די הײליקע זאַכן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪,‬‬
‫װאָס זײ שײדן אָפּ צו גאָט‪ 16 ,‬און זײ מאַכן טראָגן אַ זינד פֿון‬
‫פֿאַרשולדיקונג‪ ,‬אַז זײ װעלן עסן זײערע הײליקע זאַכן; װאָרום איך‬

                                                        ‫יהוה הײליק זײ‪.‬‬
   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56