Page 53 - Vayikro
P. 53
ויקרא
איבערלאָזן דערפֿון ביז אין דער פֿרי :איך בין יהוה 31 .און איר זאָלט
היטן מ ַײנע געבאָט און זײ טאָן :איך בין יהוה 32 .און איר זאָלט ניט
פֿאַרשװעכן מ ַײן הײליקן נאָמען ,כּדי איך זאָל ז ַײן געהײליקט צװישן
די קינדער פֿון ישׂראל :איך בין יהוה װאָס הײליקט א ַײך; 33דער
װאָס האָט א ַײך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַרים ,א ַײך צו ז ַײן צום
גאָט :איך בין יהוה.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,און זאָלסט זאָגן צו זײ:כג
די ָיום-טוֹבים פֿון גאָט װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן פֿאַר הײליקע
צונױפֿרופונגען – דאָס ז ַײנען מ ַײנע ָיום-טוֹבים 3 :זעקס טעג זאָל
געטאָן װערן אַרבעט ,אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג איז אַ שבת פֿון רוּונג,
אַ הײליקע צונױפֿרופונג; קײן אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן; דאָס איז
שבת צו גאָט אין אַלע א ַײערע װוינערטער.
4דאָס ז ַײנען די ָיום-טוֹבים פֿון גאָט ,די הײליקע צונױפֿרופונגען,
װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן אין זײער געשטעלטער צ ַײט 5 .אין
ערשטן חוֹדש ,אין פערצנטן טאָג פֿון חוֹדש ,אַקעגן אָװנט ,איז דער
ָקרבןֶ -פּ ַסח צו גאָט 6 .און אױפֿן פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש,
איז דער ָיום-טוב פֿון מצות צו גאָט; זיבן טעג זאָלט איר עסן מצות.
7אין ערשטן טאָג זאָל אַ הײליקע צונױפֿרופונג ז ַײן ב ַײ א ַײך; קײן
דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן 8 .און איר זאָלט ברענגען אַ
פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט זיבן טעג; אױפֿן זיבעטן טאָג איז אַ הײליקע
צונױפֿרופונג; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן.
9און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 10 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,און זאָלסט זאָגן צו זײ:
אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך גיב א ַײך ,און איר װעט
שנ ַײדן איר שניט ,זאָלט איר ברענגען אַ גאַרב פֿון א ַײער ערשטן
שניט צום כֹּהן 11 .און ער זאָל אױפֿהײבן די גאַרב פֿאַר גאָט ,כּדי איר
זאָלט באַװיליקט װערן; אױף מאָרגן נאָך דעם רוּטאָג זאָל זי דער כֹּהן
אױפֿהײבן 12 .און איר זאָלט מאַכן ,אין דעם טאָג װאָס איר הײבט
אױף די גאַרב ,אַ שעפּס אָן אַ פֿעלער ,אַ יאָריקן ,פֿאַר אַ