Page 58 - Vayikro
P. 58
ויקרא
אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן
געטאָן אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
ב ַהר
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן אױפֿן באַרג סיַני ,אַזױ צו
זאָגן 2 :רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל ,און זאָלסט זאָגן צוכה
זײ:
אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס איך גיב א ַײך ,זאָל דאָס
לאַנד האַלטן אַ שבת צו גאָט 3 .זעקס יאָר זאָלסטו פֿאַרזײען ד ַײן
פֿעלד ,און זעקס יאָר זאָלסטו אַרומשנ ַײדן ד ַײן װ ַײנגאָרטן ,און
א ַײנזאַמלען דעם א ַײנטראָג דערפֿון 4 .אָבער אױפֿן זיבעטן יאָר זאָל
ז ַײן אַ שבת פֿון רואונג פֿאַרן לאַנד ,אַ שבת צו גאָט; ד ַײן פֿעלד
זאָלסטו ניט פֿאַרזײען ,און ד ַײן װ ַײנגאָרטן זאָלסטו ניט אַרומשנ ַײדן.
5דעם נאָכװוּקס פֿון ד ַײן שניט זאָלסטו ניט שנ ַײדן ,און די טרױבן
פֿון ד ַײנע ניט באַשניטענע װ ַײנשטאָקן זאָלסטו ניט האַרבסטן; אַ יאָר
פֿון רואונג זאָל עס ז ַײן פֿאַרן לאַנד 6 .און די שבת-פֿרוכט פֿון לאַנד
זאָל ז ַײן פֿאַר א ַײך צום עסן :פֿאַר דיר ,און פֿאַר ד ַײן קנעכט ,און פֿאַר
ד ַײן דינסט ,און פֿאַר ד ַײן געדונגענעם ,און פֿאַר ד ַײן
א ַײנגעװאַנדערטן ,װאָס האַלט זיך אױף ב ַײ דיר; 7און פֿאַר ד ַײן
בהמה ,און פֿאַר דער חיה װאָס אין ד ַײן לאַנד ,זאָל ז ַײן איר גאַנצער
א ַײנטראָג צום עסן.
8און זאָלסט דיר אָפּצײלן זיבן שבתים יאָרן ,זיבן מאָל זיבן יאָר; און
די טעג פֿון די זיבן שבתים יאָרן װעלן דיר ז ַײן נ ַײן און פֿערציק יאָר.
9דענצמאָל זאָלסטו אַרױסלאָזן אַ שאַלונג פֿון שוֹפֿר; אין זיבעטן
חוֹדש ,אין צענטן טאָג פֿון חוֹדש ,אום ָיום-כּפּור ,זאָלט איר
אַרױסלאָזן אַ שוֹפֿר אין א ַײער גאַנצן לאַנד 10 .און איר זאָלט הײליקן
דאָס פֿופֿציקסטע יאָר ,און אױסרופֿן אַ פֿר ַײלאָזונג אין לאַנד פֿאַר
אַלע אירע באַװוינער; יוֹבל זאָל עס א ַײך ז ַײן; און איר זאָלט א ַײך
אומקערן איטלעכער צו ז ַײן אײגנטום ,און איטלעכער צו ז ַײן
משפּחה זאָלט איר א ַײך אומקערן 11 .יוֹבל זאָל דאָס פֿופֿציקסטע
יאָר א ַײך ז ַײן; איר זאָלט ניט זײען ,און ניט שנ ַײדן ז ַײנע נאָכװוּקסן,
און ניט האַרבסטן ז ַײנע ניט באַשניטענע װ ַײנשטאָקן 12 .װאָרום
יוֹבל איז דאָס; הײליק זאָל עס א ַײך ז ַײן; פֿון פֿעלד אַראָפּ זאָלט איר