Page 63 - Vayikro
P. 63

‫ויקרא‬

‫א ַײך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים פֿון צו ז ַײן קנעכט צו זײ‪ ,‬און איך‬
‫האָב צעבראָכן די שטאַנגען פֿון א ַײער יאָך‪ ,‬און האָב א ַײך געפירט‬

                                        ‫מיט אַן אױפֿגעהױבענעם קאָפּ‪.‬‬

‫‪ 14‬אױב אָבער איר װעט ניט צוהערן צו מיר‪ ,‬און װעט ניט טאָן אַלע‬
‫די דאָזיקע געבאָט‪ 15 ,‬און אױב מ ַײנע חוקים װעט איר פֿאַראַכטן‪,‬‬
‫און אױב מ ַײנע געזעצן װעט פֿאַראומװערדיקן א ַײער זעל‪ ,‬ניט צו‬
‫טאָן אַלע מ ַײנע געבאָט‪ ,‬כּדי איר זאָלט פֿאַרשטערן מ ַײן בונד‪16 ,‬‬
‫װעל איך אױך טאָן דאָס דאָזיקע צו א ַײך‪ :‬איך װעל אָנזעצן אױף א ַײך‬
‫אַ בהלה – די דער‪ ,‬און קדחת‪ ,‬װאָס מאַכן אױסגײן די אױגן און‬
‫פֿאַרשמאַכטן די זעל‪ .‬און איר װעט זײען א ַײער זאָמען אומנישט‪,‬‬
‫װאָרום א ַײערע פ ַײנט װעלן עס אױפֿעסן‪ 17 .‬און איך װעל קערן מ ַײן‬
‫פּנים אַקעגן א ַײך‪ ,‬און איר װעט געשלאָגן װערן פֿאַר א ַײערע פ ַײנט‪,‬‬
‫און א ַײערע ָשׂונאים װעלן געװעלטיקן איבער א ַײך; און איר װעט‬

                                      ‫לױפֿן װען קײנער יאָגט א ַײך ניט‪.‬‬

‫‪ 18‬און אױב איר װעט ב ַײ אַלעם דעם ניט צוהערן צו מיר‪ ,‬װעל איך‬
‫א ַײך זיבן מאָל מער שטראָפֿן פֿאַר א ַײערע זינד‪ 19 .‬און איך װעל‬
‫צעברעכן א ַײער שטאָלצע מאַכט‪ ,‬און װעל מאַכן א ַײער הימל אַזױ װי‬
‫א ַײזן‪ ,‬און א ַײער ערד אַזױ װי קופּער‪ 20 .‬און א ַײער כּוֹח װעט‬
‫אַװעקגײן אומנישט‪ ,‬און א ַײער ערד װעט ניט געבן איר תּבואה‪ ,‬און‬

                        ‫דער בױם פֿון לאַנד װעט ניט געבן ז ַײן פֿרוכט‪.‬‬

‫‪ 21‬און אױב איר װעט גײן מיר דערװידער‪ ,‬און װעט ניט װעלן‬
‫צוהערן צו מיר‪ ,‬װעל איך זיבן מאָל מערן אױף א ַײך שלעק‪ ,‬לױט‬
‫א ַײערע זינד‪ 22 .‬און איך װעל אָנשיקן אױף א ַײך די חיה פֿון פֿעלד‪,‬‬
‫און זי װעט א ַײך באַרױבן פֿון קינדער‪ ,‬און פֿאַרשנ ַײדן א ַײערע‬
‫בהמות‪ ,‬און א ַײך פֿאַרמינערן; און א ַײערע װעגן װעלן פֿאַרװיסט‬

                                                                  ‫װערן‪.‬‬

‫‪ 23‬און אױב איר װעט דערמיט מיר ניט אױסגעמוסרט װערן‪ ,‬און איר‬
‫װעט גײן מיר דערװידער‪ ,‬װעל איך אױך גײן א ַײך דערװידער‪ 24 ,‬און‬
‫איך אױך װעל א ַײך שלאָגן זיבן מאָל פֿאַר א ַײערע זינד‪ 25 .‬און איך‬
‫װעל ברענגען אױף א ַײך אַ שװערד‪ ,‬װאָס װעט זיך נוֹקם ז ַײן די נקמה‬
‫פֿון דעם בונד‪ ,‬און איר װעט זיך פֿאַרקל ַײבן אין א ַײערע שטעט‪ .‬און‬
‫איך װעל אָנשיקן אַ מגפה צװישן א ַײך‪ ,‬און איר װעט געגעבן װערן‬
   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68