Page 61 - Vayikro
P. 61

‫ויקרא‬

‫און ער זאָל זיך אומקערן צו ז ַײן משפּחה‪ ,‬און צו דעם אײגנטום פֿון‬
‫ז ַײנע עלטערן זאָל ער זיך אומקערן‪ 42 .‬װאָרום מ ַײנע קנעכט ז ַײנען‬
‫זײ‪ ,‬װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים; זײ טאָרן ניט‬
‫פֿאַרקױפֿט װערן װי מע פֿאַרקױפֿט אַ קנעכט‪ 43 .‬זאָלסט ניט‬
‫געװעלטיקן איבער אים מיט האַרטיקײט‪ ,‬און זאָלסט מוֹרא האָבן‬
‫פֿאַר ד ַײן גאָט‪ 44 .‬און ד ַײן קנעכט און ד ַײן דינסט‪ ,‬װאָס װעלן ז ַײן ב ַײ‬
‫דיר – פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום א ַײך‪ ,‬פֿון זײ זאָלט איר קױפֿן אַ‬
‫קנעכט אָדער אַ דינסט‪ 45 .‬און אױך פֿון די קינדער פֿון די‬
‫א ַײנגעװאַנדערטע װאָס האַלטן זיך אױף ב ַײ א ַײך‪ ,‬פֿון זײ קענט איר‬
‫קױפֿן‪ ,‬און פֿון זײערע משפּחות װאָס ב ַײ א ַײך‪ ,‬װאָס זײ האָבן געבאָרן‬
‫אין א ַײער לאַנד; און זײ קענען א ַײך װערן צום אײגנטום‪ 46 .‬און איר‬
‫קענט זײ לאָזן בירושה צו א ַײערע קינדער נאָך א ַײך‪ ,‬צו אַרבן פֿאַר אַן‬
‫אײגנטום; אױף אײביק קענט איר אַרבעטן מיט זײ; אָבער איבער‬
‫א ַײערע ברידער‪ ,‬די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אײנער איבערן אַנדערן‪,‬‬

                          ‫זאָלט איר ניט געװעלטיקן מיט האַרטיקײט‪.‬‬

‫‪ 47‬און אַז די האַנט פֿון דעם פֿרעמדן אָדער דעם א ַײנגעװאַנדערטן‬
‫ב ַײ דיר װעט װערן פֿאַרמעגלעך‪ ,‬און ד ַײן ברודער װעט אָרים װערן‬
‫לעבן אים‪ ,‬און װעט זיך פֿאַרקױפֿן צו דעם א ַײנגעװאַנדערטן פֿרעמדן‬
‫ב ַײ דיר‪ ,‬אָדער צו אַן אָפּשטאַם פֿון אַ פֿרעמדנס משפּחה‪ 48 ,‬קען ער‪,‬‬
‫נאָכדעם װי ער האָט זיך פֿאַרקױפֿט‪ ,‬האָבן אַן אױסלײזונג; אײנער פֿון‬
‫ז ַײנע ברידער קען אים אױסלײזן; ‪ 49‬אָדער ז ַײן פֿעטער‪ ,‬אָדער ז ַײן‬
‫פֿעטערס זון קען אים אױסלײזן‪ ,‬אָדער עמיצער אַ ל ַײב‪-‬קרוב פֿון ז ַײן‬
‫משפּחה קען אים אױסלײזן; אָדער‪ ,‬אױב ז ַײן האַנט װערט‬
‫פֿאַרמעגלעך‪ ,‬קען ער זיך אַלײן אױסלײזן‪ 50 .‬און ער זאָל זיך‬
‫אױסרעכענען מיט ז ַײן קױפֿער‪ ,‬פֿון דעם יאָר װאָס ער האָט זיך‬
‫פֿאַרקויפֿט צו אים ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל‪ ,‬און דאָס געלט פֿון ז ַײן‬
‫פֿאַרקױפונג זאָל אױסגעװאָרפֿן װערן לױט דער צאָל פֿון יאָרן; אַזױ‬
‫װי די טעג פֿון אַ געדונגענעם זאָל ז ַײן װאָס ער איז אָפּגעװען ב ַײ‬
‫אים‪ 51 .‬ס ַײ עס ז ַײנען נאָך דאָ פֿיל יאָרן‪ ,‬זאָל ער לױט זײ צוריקצאָלן‬
‫פֿון ז ַײן קױפגעלט פֿאַר ז ַײן אױסלײזונג‪ 52 ,‬און ס ַײ עס ז ַײנען געבליבן‬
‫װינציק יאָרן ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל‪ ,‬זאָל ער זיך מיט אים‬
‫אױסרעכענען; װי נאָך ז ַײנע יאָרן זאָל ער צוריקצאָלן פֿאַר ז ַײן‬
‫אױסלײזונג‪ 53 .‬אַזױ װי אַ געדונגענער פֿון יאָר צו יאָר זאָל ער ז ַײן‬
‫ב ַײ אים; ער זאָל ניט געװעלטיקן איבער אים מיט האַרטיקײט פֿאַר‬
‫ד ַײנע אױגן‪ 54 .‬און אױב ער װעט ניט אױסגעלײזט װערן אױף די‬
   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66