Page 66 - Vayikro
P. 66
ויקרא
נקבה זאָל ד ַײן שאַצונג ז ַײן דר ַײ ֶשקל זילבער 7 .און אױב פֿון זעכציק
יאָר אַלט און העכער ,אױב אַ ָזכר ,זאָל ד ַײן שאַצונג ז ַײן פֿופֿצן ֶשקל,
און פֿאַר אַ נקבה צען ֶשקל 8 .און אױב ער איז צו אָרים פֿאַר ד ַײן
שאַצונג ,זאָל מען אים שטעלן פֿאַרן כֹּהן ,און דער כֹּהן זאָל אים
אָפּשאַצן; לױט װי עס פֿאַרמאָגט די האַנט פֿון דעם װאָס טוט דעם
נדר ,זאָל אים אָפּשאַצן דער כֹּהן.
9און אױב דאָס איז אַ בהמה װאָס מע איז מקריבֿ דערפֿון אַ ָקרבן צו
גאָט ,זאָל אַלץ װאָס ער גיט פֿון אַזעלכע צו גאָט ,ז ַײן הײליק 10 .ער
טאָר עס ניט טױשן און טאָר דאָס ניט אומב ַײטן ,בעסערס אױף
ערגערן ,אָדער ערגערס אױף בעסערן; און אױב אומב ַײטן װעט ער
אומב ַײטן אַ בהמה פֿאַר אַ בהמה ,זאָל אי זי אי איר אומב ַײט ז ַײן
הײליק 11 .און אױב דאָס איז װאָסער עס איז אומרײנע בהמה ,װאָס
מע איז דערפֿון ניט מקריבֿ אַ ָקרבן צו גאָט ,זאָל ער שטעלן די בהמה
פֿאַרן כֹּהן 12 ,און דער כֹּהן זאָל זי אָפּשאַצן ,אױב זי איז גוט אָדער
שלעכט; אַזױ װי דו ,דער כֹּהן ,שאַצסט ,אַזױ זאָל ז ַײן 13 .און אױב
אױסלײזן װיל ער זי אױסלײזן ,זאָל ער צולײגן אַ פינפֿטל דערפֿון צו
ד ַײן שאַצונג.
14און אַז אַ מאַן װעט הײליקן ז ַײן הױז הײליק צו גאָט ,זאָל עס דער
כֹּהן אָפּשאַצן ,אױב עס איז גוט אָדער שלעכט; אַזױ װי דער כֹּהן
װעט עס אָפּשאַצן ,אַזױ זאָל באַשטײן 15 .און אױב דער װאָס
הײליקט עס װיל אױסלײזן ז ַײן הױז ,זאָל ער צולײגן דערצו אַ פינפֿטל
פֿון דעם געלט פֿון ד ַײן שאַצונג ,און עס זאָל בל ַײבן ב ַײ אים.
16און אױב פֿון דעם פֿעלד פֿון ז ַײן אײגנטום װעט אַ מאַן הײליקן צו
גאָט ,זאָל ד ַײן שאַצונג ז ַײן לױט דער זריעה דערפֿון :די זריעה פֿון אַ
חוֹ ֶמר גערשטן אין פֿופֿציק ֶשקל זילבער 17 .אױב ער װעט הײליקן
ז ַײן פֿעלד פֿון דעם יאָר פֿון יוֹבל ,זאָל עס באַשטײן לױט ד ַײן שאַצונג.
18און אױב ער װעט הײליקן ז ַײן פֿעלד נאָכן יוֹבל ,זאָל אים דער כֹּהן
באַרעכענען דאָס געלט לױט דער צאָל פֿון די יאָרן װאָס ז ַײנען
געבליבן ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל ,און אַן אַראָפּרעכענונג זאָל געמאַכט
װערן פֿון ד ַײן שאַצונג 19 .און אױב אױסלײזן װיל אױסלײזן דאָס
פֿעלד דער װאָס הײליקט עס ,זאָל ער צולײגן דערצו אַ פינפֿטל פֿון
דעם געלט פֿון ד ַײן שאַצונג ,און עס זאָל זיך אָפּשטעלן ב ַײ אים20 .
אױב אָבער ער װעט ניט אױסלײזן דאָס פֿעלד ,אָדער אױב מע האָט