Page 67 - Vayikro
P. 67

‫ויקרא‬

‫פֿאַרקױפֿט דאָס פֿעלד צו אַן אַנדער מענטשן‪ ,‬קען עס מער ניט‬
‫אױסגעלײזט װערן‪ 21 .‬און דאָס פֿעלד‪ ,‬װען עס גײט אַרױס אום יוֹבל‪,‬‬
‫זאָל ז ַײן הײליק צו גאָט‪ ,‬אַזױ װי אַ פֿעלד פֿון חרם; צום כֹּהן זאָל‬

                                        ‫געהערן דאָס אײגנטום דערפֿון‪.‬‬

‫‪ 22‬און אױב ער װעט הײליקן צו גאָט ז ַײנס אַ געקױפֿט פֿעלד‪ ,‬װאָס‬
‫איז ניט פֿון דעם פֿעלד פֿון ז ַײן אײגנטום‪ 23 ,‬זאָל אים דער כֹּהן‬
‫באַרעכענען דעם באַטרעף פֿון ד ַײן שאַצונג ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל‪,‬‬
‫און ער זאָל געבן ד ַײן שאַצונג אין דעם אײגענעם טאָג‪ ,‬הײליק צו‬
‫גאָט‪ 24 .‬אין יאָר פֿון יוֹבל זאָל דאָס פֿעלד זיך אומקערן צו דעם װאָס‬
‫ער האָט עס פֿון אים געקױפֿט‪ ,‬װאָס צו אים געהערט דאָס אײגנטום‬
‫פֿון דעם לאַנד‪ 25 .‬און ד ַײן יעטװעדער שאַצונג זאָל ז ַײן אױפֿן הײליקן‬

                               ‫ֶשקל; צװאַנציק ֵג ָרה זאָל ז ַײן דער ֶשקל‪.‬‬

‫‪ 26‬אָבער אַ ב ָכור צװישן בהמות‪ ,‬װאָס געהערט דורך ז ַײן‬
‫בכוֹרהשאַפֿט צו גאָט‪ ,‬אים דאַרף קײנער ניט הײליקן; ס ַײ אַן אָקס‪,‬‬
‫ס ַײ אַ שעפּס‪ ,‬געהערט ער צו גאָט‪ 27 .‬און אױב פֿון אַן אומרײנער‬
‫בהמה‪ ,‬זאָל מען אױסלײזן לױט ד ַײן שאַצונג‪ ,‬און צולײגן דערצו אַ‬
‫פינפֿטל דערפֿון; און אױב ער װעט ניט אױסגעלײזט װערן‪ ,‬זאָל ער‬

                                    ‫פֿאַרקױפֿט װערן לױט ד ַײן שאַצונג‪.‬‬

‫‪ 28‬אָבער קײן חרם װאָס עמיצער װעט מאַכן חרם צו גאָט‪ ,‬פֿון אַלץ‬
‫װאָס ער האָט‪ ,‬פֿון מענטשן‪ ,‬אָדער פֿון בהמות‪ ,‬אָדער פֿון דעם פֿעלד‬
‫פֿון ז ַײן אײגנטום‪ ,‬קען ניט פֿאַרקױפֿט װערן‪ ,‬און ניט אױסגעלײזט‬
‫װערן; איטלעכער חרם איז אַ הײליקסטע הײליקײט צו גאָט‪ 29 .‬קײן‬
‫חרם װאָס װעט געמאַכט װערן חרם פֿון מענטשן‪ ,‬קען ניט‬

                       ‫אױסגעלײזט װערן; טײטן מוז ער געטײט װערן‪.‬‬

‫‪ 30‬און איטלעכער מעשׂר פֿון דער ערד‪ ,‬פֿון זאָמען פֿון דער ערד‪ ,‬פֿון‬
‫פֿרוכט פֿון בױם‪ ,‬געהערט צו גאָט; הײליק צו גאָט‪ 31 .‬און אױב‬
‫אױסלײזן װיל אַ מאַן אױסלײזן טײל פֿון ז ַײן מעשׂר‪ ,‬זאָל ער צולײגן‬
‫דערצו אַ פינפֿטל דערפֿון‪ 32 .‬און איטלעכער מעשׂר פֿון רינדער און‬
‫שאָף – פֿון אַלץ װאָס גײט אונטער דער רוט‪ ,‬זאָל דער צענטער ז ַײן‬
‫הײליק צו גאָט‪ 33 .‬מען זאָל ניט נאָכזוכן אױב ער איז גוט אָדער‬
‫שלעכט‪ ,‬און מע זאָל אים ניט אומב ַײטן; און אױב אומב ַײטן װעט‬
   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71