Page 62 - Vayikro
P. 62
ויקרא
דאָזיקע אוֹ ַפנים ,זאָל ער אַרױסגײן אין יאָר פֿון יוֹבל ,ער און ז ַײנע
קינדער מיט אים 55 .װאָרום צו מיר ז ַײנען די קינדער פֿון ישׂראל
קנעכט; מ ַײנע קנעכט ז ַײנען זײ ,װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון
לאַנד ִמצ ַר ִים :איך בין יהוה א ַײער גאָט.
1איר זאָלט א ַײך ניט מאַכן אָפּגעטער ,און אַ געשניצטן געץ
און אַ ז ַײלשטײן זאָלט איר א ַײך ניט אױפֿשטעלן ,און אַכו
שטײנבילד זאָלט איר ניט שטעלן אין א ַײער לאַנד ,זיך צו בוקן פֿאַר
אים ,װאָרום איך בין יהוה א ַײער גאָט.
2מ ַײנע שבתים זאָלט איר היטן ,און פֿאַר מ ַײן הײליקטום זאָלט איר
האָבן אָפּש ַײ :איך בין יהוה.
ב ֻחקוֹ ַתי
3אױב איר װעט גײן אין מ ַײנע חוקים ,און היטן מ ַײנע
געבאָט ,און זײ טאָן 4 ,װעל איך געבן א ַײערע רעגנס אין זײער צ ַײט,
און די ערד װעט געבן איר תּבואה ,און דער בױם פֿון פֿעלד װעט
געבן ז ַײן פֿרוכט 5 .און דרעשן װעט גרײכן ב ַײ א ַײך ביז האַרבסטן,
און האַרבסטן װעט גרײכן ביז זריעה-צ ַײט; און איר װעט עסן א ַײער
ברױט צו זאַט ,און זיצן אין זיכערקײט אין א ַײער לאַנד 6 .און איך
װעל געבן שלום אין לאַנד ,און איר װעט זיך לײגן ,און קײנער װעט
ניט שרעקן; און איך װעל אױסראָטן אַ בײזע חיה פֿון לאַנד ,און אַ
שװערד װעט ניט דורכגײן אין א ַײער לאַנד 7 .און איר װעט נאָכיאָגן
א ַײערע פ ַײנט ,און זײ װעלן פאַלן פֿאַר א ַײך דורכן שװערד 8 .און
פינף פֿון א ַײך װעלן נאָכיאָגן הונדערט ,און הונדערט פֿון א ַײך װעלן
נאָכיאָגן צען טױזנט ,און א ַײערע פ ַײנט װעלן פאַלן פֿאַר א ַײך דורכן
שװערד 9 .און איך װעל זיך קערן צו א ַײך ,און װעל א ַײך פֿרוכפּערן
און א ַײך מערן ,און איך װעל אױפֿשטעלן מ ַײן בונד מיט א ַײך 10 .און
איר װעט עסן אַלטע ,גאָר אַלטע תּבואה ,און איר װעט אַרױסראַמען
די אַלטע פֿון װעגן דער נ ַײער 11 .און איך װעל מאַכן מ ַײן רואונג
צװישן א ַײך ,און מ ַײן זעל װעט א ַײך ניט פֿאַראומװערדיקן 12 .און
איך װעל אומגײן צװישן א ַײך ,און װעל א ַײך ז ַײן צום גאָט ,און איר
װעט מיר ז ַײן צום פֿאָלק 13 .איך בין יהוה א ַײער גאָט ,װאָס האָב