Page 60 - Vayikro
P. 60
ויקרא
און אום יוֹבל זאָל עס אַרױסגײן; און ער זאָל זיך אומקערן צו ז ַײן
אײגנטום.
29און אַז אַ מאַן װעט פֿאַרקױפֿן אַ װוינהױז אין אַ שטאָט מיט אַ
מױער ,זאָל ז ַײן אױסלײזרעכט ז ַײן ביז עס ענדיקט זיך דאָס יאָר פֿון
ז ַײן פֿאַרקױפונג; אַ יאָר זאָל ז ַײן ז ַײן אױסלײזרעכט 30 .אױב אָבער
עס װעט ניט אױסגעלײזט װערן ביז עס װערט פול דערױף אַ גאַנץ
יאָר ,זאָל דאָס הױז װאָס אין דער שטאָט װאָס האָט אַ מױער ,בל ַײבן
אױף אײביק ב ַײ דעם װאָס האָט עס געקױפֿט ,אױף ז ַײנע דוֹר-דוֹרות;
עס זאָל ניט אַרױסגײן אום יוֹבל 31 .אָבער די ה ַײזער פֿון די דערפֿער,
װאָס האָבן ניט קײן מױער רונד אַרום ,זאָלן צוגערעכנט װערן צום
פֿעלד פֿון לאַנד; זײ זאָלן האָבן אַן אױסלײזונג ,און אום יוֹבל זאָלן זײ
אַרױסגײן 32 .און די שטעט פֿון די ל ִו ִיים ,די ה ַײזער פֿון די שטעט פֿון
זײער אײגנטום – די ל ִוִיים האָבן אַן אײביק אױסלײזרעכט 33 .און אַז
מע װעט קױפֿן פֿון די ל ִו ִיים ,זאָל דאָס פֿאַרקױפֿטע הױז אין דער
שטאָט פֿון ז ַײן אײגנטום אַרױסגײן אום יוֹבל ,װאָרום די ה ַײזער פֿון
די שטעט פֿון די ל ִו ִיים דאָס איז זײער אײגנטום צװישן די קינדער
פֿון ישׂראל 34 .אָבער דאָס פֿעלד פֿון דעם פֿר ַײען פּלאַץ אַרום זײערע
שטעט קען ניט פֿאַרקױפֿט װערן ,װאָרום אַן אײביק אײגנטום איז
דאָס זײ.
35און אַז ד ַײן ברודער װעט אָרים װערן ,און ז ַײן האַנט װעט ז ַײן
געפאַלן ב ַײ דיר ,זאָלסטו אים אױפֿהאַלטן װי אַ פֿרעמדן און
א ַײנגעװאַנדערטן ,אַז ער זאָל קענען לעבן ב ַײ דיר 36 .זאָלסט ניט
נעמען פֿון אים צינזן אָדער מערונג ,און זאָלסט מוֹרא האָבן פֿאַר ד ַײן
גאָט; כּדי ד ַײן ברודער זאָל קענען לעבן ב ַײ דיר 37 .זאָלסט אים ניט
געבן ד ַײן געלט אױף צינזן ,און ד ַײן עסנװאַרג זאָלסטו ניט געבן אױף
מערונג 38 .איך בין יהוה א ַײער גאָט װאָס האָב א ַײך אַרױסגעצױגן
פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,א ַײך צו געבן דאָס לאַנד כַּנ ַען ,א ַײך צו ז ַײן צום
גאָט.
39און אַז ד ַײן ברודער װעט אָרים װערן ב ַײ דיר ,און װעט זיך
פֿאַרקױפֿן צו דיר ,זאָלסטו ניט אַרבעטן מיט אים אַזױ װי מע אַרבעט
מיט אַ קנעכט 40 .װי אַ געדונגענער ,װי אַן א ַײנגעװאַנדערטער ,זאָל
ער ז ַײן ב ַײ דיר; ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל זאָל ער דינען ב ַײ דיר41 .
דענצמאָל זאָל ער אַרױסגײן פֿון דיר ,ער און ז ַײנע קינדער מיט אים,