Page 56 - Vayikro
P. 56
ויקרא
און אַחוץ א ַײערע גאָבן ,און אַחוץ אַלע א ַײערע נדרים ,און אַחוץ
אַלע א ַײערע פֿר ַײװיליקע קרבנות ,װאָס איר װעט געבן צו גאָט.
39אָבער אין דעם פֿופֿצנטן טאָג פֿון זיבעטן חוֹדש ,װען איר זאַמלט
א ַײן דעם א ַײנטראָג פֿון לאַנד ,זאָלט איר פֿ ַײערן דעם פֿ ַײערטאָג פֿון
גאָט זיבן טעג; אין ערשטן טאָג זאָל ז ַײן אַ רואונג ,און אױפֿן אַכטן
טאָג אַ רואונג 40 .און איר זאָלט א ַײך נעמען אין ערשטן טאָג פֿרוכט
פֿון אַ שײנעם בױם ,טײטלבלעטער ,און צװ ַײגן פֿון אַ געדיכטן בױם,
און װערבעס פֿון ט ַײך ,און איר זאָלט זיך פֿרײען פֿאַר יהוה א ַײער
גאָט זיבן טעג 41 .און איר זאָלט עס פֿ ַײערן אַ פֿ ַײערטאָג צו גאָט זיבן
טעג אין יאָר; אַן אײביק געזעץ אױף א ַײערע דוֹר-דוֹרות; אין זיבעטן
חוֹדש זאָלט איר עס פֿ ַײערן 42 .אין סוכּות זאָלט איר זיצן זיבן טעג;
אַלע א ַײנגעבאָרענע אין ישׂראל זאָלן זיצן אין סוכּות 43 .כּדי א ַײערע
דוֹר-דוֹרות זאָלן װיסן ,אַז אין ב ַײדלעך האָב איך געמאַכט זיצן די
קינדער פֿון ישׂראל ,װען איך האָב זײ אַרױסגעוציגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים:
איך בין יהוה א ַײער גאָט.
44און משה האָט אָנגעזאָגט די קינדער פֿון ישׂראל די ָיום-טוֹבים פֿון
גאָט.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :באַפֿעל
די קינדער פֿון ישׂראל ,זײ זאָלן דיר ברענגען רײנעכד
געשלאָגענע בױמל פֿאַר דער ל ַײכטונג ,אױף אָנצוצינדן אַ ליכט
תּמיד 3 .דרױסן פֿון דעם ָפּרוֹ ֶכת פֿון געזעץ אין אוֹהל-מוֹעד זאָל עס
אַהרן צוריכטן אױף פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי פֿאַר גאָט תּמיד; אַן
אײביק געזעץ אױף א ַײערע דוֹר-דוֹרות 4 .אין דער רײנער מנוֹרה זאָל
ער צוריכטן די רערלעך פֿאַר גאָט תּמיד.
5און זאָלסט נעמען זעמלמעל ,און אױסבאַקן דערפֿון צװעלף חלות;
פֿון צװײ צענטל זאָל ז ַײן יעטװעדער קהלה 6 .און זאָלסט זײ לײגן
אין צװײ רײען ,זעקס אין אַ רײ ,אױפֿן רײנעם טיש פֿאַר גאָט 7 .און
זאָלסט אַרױפֿטאָן אױף איטלעכער רײ לױטערן װ ַײרױך ,כּדי עס זאָל
ז ַײן צו דעם ברױט פֿאַר אַ דערמאָנונג ,אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט8 .
שבת אין שבת זאָל ער עס אױסלײגן פֿאַר גאָט תּמיד; פֿון די קינדער
פֿון ישׂראל אַן אײביקער בונד 9 .און עס זאָל געהערן צו אַהרֹנען און