Page 59 - Vayikro
P. 59

‫ויקרא‬

‫עסן ז ַײן תּבואה‪ 13 .‬אין דעם דאָזיקן יאָר פֿון יוֹבל זאָלט איר א ַײך‬
‫אומקערן איטלעכער צו ז ַײן אײגנטום‪ 14 .‬און אַז איר װעט פֿאַרקױפֿן‬
‫אַ פֿאַרקױפונג צו ד ַײן חבר‪ ,‬אָדער קױפֿן פֿון דער האַנט פֿון ד ַײן חבר‪,‬‬
‫זאָלט איר ניט נאַרן אײנער דעם אַנדערן‪ 15 .‬לױט דער צאָל פֿון די‬
‫יאָרן נאָכן יוֹבל זאָלסטו קױפֿן פֿון ד ַײן חבר; לױט דער צאָל פֿון‬
‫תּבואה‪-‬יאָרן זאָל ער דיר פֿאַרקױפֿן‪ 16 .‬לױט דער מערקײט פֿון די‬
‫יאָרן זאָלסטו מערן דעם מקח דערפֿון‪ ,‬און לױט דער מינערקײט פֿון‬
‫די יאָרן זאָלסטו מינערן דעם מקח דערפֿון; װאָרום די צאָל פֿון‬
‫תּבואות פֿאַרקױפֿט ער דיר‪ 17 .‬און איר זאָלט ניט נאַרן אײנער דעם‬
‫אַנדערן‪ ,‬און זאָלסט מוֹרא האָבן פֿאַר ד ַײן גאָט‪ ,‬װאָרום איך בין יהוה‬
‫א ַײער גאָט‪ 18 .‬און איר זאָלט טאָן מ ַײנע חוקים‪ ,‬און היטן מ ַײנע‬
‫געזעצן‪ ,‬און זײ טאָן‪ ,‬כּדי איר זאָלט זיצן אױף א ַײער לאַנד אין‬
‫זיכערקײט‪ 19 .‬און דאָס לאַנד װעט געבן איר פֿרוכט‪ ,‬און איר װעט‬
‫עסן צו זאַט‪ ,‬און װעט זיצן אין זיכערקײט דערױף‪ 20 .‬און אַז איר‬
‫װעט זאָגן‪ :‬װאָס װעלן מיר עסן אין זיבעטן יאָר? מיר װעלן דאָך ניט‬
‫זײען‪ ,‬און ניט א ַײנזאַמלען אונדזער תּבואה? ‪ 21‬װעל איך באַפֿעלן‬
‫מ ַײן ברכה אױף א ַײך אין דעם זעקסטן יאָר‪ ,‬און עס װעט ברענגען‬
‫תּבואה פֿאַר דר ַײ יאָר‪ 22 .‬און אַז איר װעט זײען אױפֿן אַכטן יאָר‪,‬‬
‫װעט איר עסן פֿון דער תּבואה‪ ,‬דאָס אַלטע; ביזן נ ַײנטן יאָר‪ ,‬ביז עס‬
‫קומט ז ַײן תּבואה‪ ,‬װעט איר עסן דאָס אַלטע‪ 23 .‬און די ערד זאָל ניט‬
‫פֿאַרקױפֿט װערן אױף אײביק‪ ,‬װאָרום צו מיר געהערט די ערד;‬
‫װאָרום פֿרעמדע און א ַײנגעװאַנדערטע ז ַײט איר ב ַײ מיר‪ 24 .‬און אין‬
‫דעם גאַנצן לאַנד פֿון א ַײער אײגנטום זאָלט איר געבן דער ערד אַן‬

                                                            ‫אױסל ַײזונג‪.‬‬

‫‪ 25‬אַז ד ַײן ברודער װעט אָרים װערן‪ ,‬און װעט פֿאַרקױפֿן פֿון ז ַײן‬
‫אײגנטום‪ ,‬זאָל קומען ז ַײן קרוב װאָס איז דער נענטסטער צו אים‪,‬‬
‫און אױסלײזן דעם פֿאַרקױף פֿון ז ַײן ברודער‪ 26 .‬און אַז אַ מאַן װעט‬
‫ניט האָבן קײן אױסלײזער‪ ,‬אָבער ז ַײן האַנט װעט װערן פֿאַרמעגלעך‪,‬‬
‫און ער װעט צונױפקריגן גענוג עס אױסצולײזן‪ 27 ,‬זאָל ער‬
‫באַרעכענען די יאָרן פֿון ז ַײן פֿאַרקױפונג‪ ,‬און צוריקצאָלן דעם רעשט‬
‫צו דעם מאַן װאָס ער האָט צו אים פֿאַרקױפֿט; און ער זאָל זיך‬
‫אומקערן צו ז ַײן אײגנטום‪ 28 .‬אױב אָבער ז ַײן האַנט קען ניט‬
‫צונױפקריגן גענוג אים צוריקצוצאָלן‪ ,‬זאָל ז ַײן פֿאַרקױף בל ַײבן אין‬
‫דער האַנט פֿון דעם װאָס האָט עס געקױפֿט‪ ,‬ביז דעם יאָר פֿון יוֹבל‪,‬‬
   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64