Page 64 - Vayikro
P. 64

‫ויקרא‬

‫אין דער האַנט פֿון דעם פ ַײנט‪ 26 .‬אַז איך װעל א ַײך צעברעכן דעם‬
‫אונטערלען פֿון ברױט‪ ,‬װעלן צען װ ַײבער באַקן א ַײער ברױט אין אײן‬
‫אױװן‪ ,‬און זײ װעלן אָפּברענגען א ַײער ברױט אױפֿן װאָג‪ ,‬און איר‬

                                          ‫װעט עסן און ניט זאַט װערן‪.‬‬

‫‪ 27‬און אױב איר װעט נאָך דעם ניט צוהערן צו מיר‪ ,‬און איר װעט‬
‫גײן מיר דערװידער‪ 28 ,‬װעל איך גײן א ַײך דערװידער מיט גרימצאָרן‪,‬‬
‫און איך אױך װעל א ַײך שטראָפֿן זיבן מאָל פֿאַר א ַײערע זינד‪ 29 .‬און‬
‫איר װעט עסן דאָס פֿלײש פֿון א ַײערע זין‪ ,‬און דאָס פֿלײש פֿון‬
‫א ַײערע טעכטער װעט איר עסן‪ 30 .‬און איך װעל פֿאַרטיליקן א ַײערע‬
‫במות‪ ,‬און װעל פֿאַרשנ ַײדן א ַײערע זונז ַײלן‪ ,‬און אַהינטאָן א ַײערע‬
‫פּגרים אױף די פּגרים פֿון א ַײערע געצן‪ ,‬און מ ַײן זעל װעט א ַײך‬
‫פֿאַראומװערדיקן‪ 31 .‬און איך װעל מאַכן פֿון א ַײערע שטעט אַ חורבן‪,‬‬
‫און װעל פֿאַרװיסטן א ַײערע הײליקטומען‪ ,‬און װעל ניט שמעקן‬
‫א ַײערע געשמאַקע ריחות‪ 32 .‬און איך װעל פֿאַרװיסטן דאָס לאַנד‪,‬‬
‫און א ַײערע פ ַײנט װאָס זיצן דערין‪ ,‬װעלן גאַפֿן איבער איר‪ 33 .‬און‬
‫א ַײך װעל איך צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער‪ ,‬און איך װעל‬
‫אַרױסציען נאָך א ַײך אַ שװערד‪ ,‬און א ַײער לאַנד װעט ז ַײן אַ‬
‫װיסטעניש און א ַײערע שטעט װעלן ז ַײן אַ חורבן‪ 34 .‬דענצמאָל װעט‬
‫דאָס לאַנד אָפּצאָלן אירע שבתים – אַלע טעג װאָס עס װעט װיסט‬
‫ז ַײן‪ ,‬און איר װעט ז ַײן אין דעם לאַנד פֿון א ַײערע פ ַײנט; דענצמאָל‬
‫װעט דאָס לאַנד רוען‪ ,‬און באַצאָלן אירע שבתים‪ 35 .‬אַלע טעג װאָס‬
‫עס װעט װיסט ז ַײן‪ ,‬װעט עס רוען װי עס האָט ניט גערוט אין‬
‫א ַײערע שבתים‪ ,‬װען איר ז ַײט געזעסן דערױף‪ 36 .‬און די װאָס װעלן‬
‫בל ַײבן פֿון א ַײך‪ ,‬װעל איך אַר ַײנברענגען אַ שרעקעדיקײט אין זײער‬
‫האַרצן‪ ,‬אין די לענדער פֿון זײער פ ַײנט‪ ,‬און זײ װעט נאָכיאָגן דער‬
‫שאָרך פֿון אַ געטריבענעם בלאַט‪ ,‬און זײ װעלן לױפֿן װי מע לױפֿט‬
‫פֿון שװערד‪ ,‬און פאַלן װען קײנער יאָגט ניט‪ 37 .‬און זײ װעלן‬
‫געשטרױכלט װערן אײנער אָן אַנדערן‪ ,‬אַזױ װי פֿאַרן שװערד‪ ,‬װען‬
‫קײנער יאָגט ניט; און איר װעט ניט האָבן קײן תּקומה פֿאַר א ַײערע‬
‫פ ַײנט‪ 38 .‬און איר װעט אונטערגײן צװישן די פֿעלקער‪ ,‬און דאָס‬
‫לאַנד פֿון א ַײערע פ ַײנט װעט א ַײך אױפֿעסן‪ 39 .‬און די געבליבענע פֿון‬
‫א ַײך װעלן א ַײנגײן פֿאַר זײער זינד אין די לענדער פֿון א ַײערע פ ַײנט;‬
‫און אױך פֿאַר די זינד פֿון זײערע עלטערן װעלן זײ א ַײנגײן אַזױ װי‬
‫יענע‪ 40 .‬און זײ װעלן זיך מוֹדה ז ַײן אױף זײערע זינד‪ ,‬און אױף‬
‫די זינד פֿון זײערע עלטערן‪ ,‬אין זײער פֿעלשונג‪ ,‬װאָס זײ האָבן‬
   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69