Page 57 - Vayikro
P. 57
ויקרא
צו ז ַײנע קינדער ,און זײ זאָלן עס עסן אין אַ הײליקן אָרט ,װאָרום אַ
הײליקסטע הײליקײט איז דאָס ,װאָס געהערט צו אים פֿון די
פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָט; אַן אײביק רעכט.
10און דער זון פֿון אַ פֿרױ פֿון ישׂראל ,װאָס איז געװען דער זון פֿון אַ
מאַן אַ ִמצרי ,איז אַרױסגעגאַנגען צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; און
דער זון פֿון דער פֿרױ פֿון ישׂראל און אַ מאַן פֿון ישׂראל האָבן זיך
געקריגט אין לאַגער 11 .און דער זון פֿון דער פֿרױ פֿון ישׂראל האָט
געלעסטערט דעם נאָמען ,און געשאָלטן ,און מע האָט אים געבראַכט
צו משהן .און דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען שלוֹמית ,די
טאָכטער פֿון ִדברין ,פֿון שבט ָדן 12 .און מע האָט אים אַר ַײנגעזעצט
אין װאַך ,ביז מע װעט זײ באַשײדן לױט דעם מױל פֿון גאָט.
13האָט גאָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 14 :פיר אַרױס דעם
װאָס האָט געשאָלטן ,אױסן לאַגער ,און אַלע װאָס האָבן געהערט
זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױף ז ַײן קאָפּ ,און די גאַנצע עדה זאָל
אים פֿאַרשטײנען 15 .און צו די קינדער פֿון ישׂראל זאָלסטו רעדן,
אַזױ צו זאָגן :יעטװעדער מאַן װאָס װעט שילטן ז ַײן גאָט ,זאָל טראָגן
ז ַײן זינד 16 .און דער װאָס לעסטערט דעם נאָמען פֿון יהוה ,זאָל
טײטן געטײט װערן; פֿאַרשטײנען זאָל אים פֿאַרשטײנען די גאַנצע
עדה; װי דער פֿרעמדער אַזױ דער א ַײנגעבאָרענער ,אַז ער לעסטערט
דעם נאָמען ,זאָל ער געטײט װערן.
17און אַז אַ מאַן װעט דערשלאָגן עמיצן אַ מענטשן צום טױט ,זאָל
ער טײטן געטײט װערן 18 .און דער װאָס דערשלאָגט אַ בהמה צום
טױט ,זאָל זי אָפּצאָלן; אַ לעבן פֿאַר אַ לעבן 19 .און אַז אַ מאַן װעט
מאַכן ז ַײן חבר אַ מום ,זאָל געטאָן װערן צו אים אַזױ װי ער האָט
געטאָן 20 :אַ בראָך פֿאַר אַ בראָך ,אַן אױג פֿאַר אַן אױג ,אַ צאָן פֿאַר
אַ צאָן; אַזױ װי דער מום װאָס ער װעט מאַכן דעם מענטשן ,אַזױ
זאָל געמאַכט װערן צו אים 21 .יאָ ,דער װאָס דערשלאָגט אַ בהמה
מוז זי אָפּצאָלן; און דער װאָס דערשלאָגט אַ מענטשן מוז געטײט
װערן 22 .אײן געזעץ זאָל ז ַײן ב ַײ א ַײך ,װי דער פֿרעמדער אַזױ זאָל
ז ַײן דער א ַײנגעבאָרענער ,װאָרום איך בין יהוה א ַײער גאָט.
23און משה האָט גערעדט צו די קינדער פֿון ישׂראל ,און זײ האָבן
אַרױסגעפירט דעם װאָס האָט געשאָלטן אױסן לאַגער ,און האָבן