Page 55 - Vayikro
P. 55

‫ויקרא‬

‫אין זיבעטן חוֹדש‪ ,‬אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש‪ ,‬זאָל ז ַײן ב ַײ א ַײך אַ‬
‫רואונג‪ ,‬אַ דערמאָנונג דורך שאַלונג‪ ,‬אַ הײליקע צונױפֿרופונג‪ 25 .‬קײן‬
‫דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן‪ ,‬און איר זאָלט ברענגען אַ‬

                                                  ‫פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט‪.‬‬

                    ‫‪ 26‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 27‬אָבער אין צענטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חוֹדש איז דער‬
‫טאָג פֿון פֿאַרגעבונג; אַ הײליקע צונױפֿרופונג זאָל ז ַײן ב ַײ א ַײך‪ ,‬און‬
‫איר זאָלט פּ ַײניקן א ַײער זעל‪ ,‬און ברענגען אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט‪.‬‬
‫‪ 28‬און קײן אַרבעט זאָלט איר ניט טאָן אין דעם דאָזיקן אײגענעם‬
‫טאָג‪ ,‬װ ַײל אַ טאָג פֿון פֿאַרגעבונג איז דאָס‪ ,‬מ ַכפּר צו ז ַײן אױף א ַײך‬
‫פֿאַר יהוה א ַײער גאָט‪ 29 .‬װאָרום יעטװעדער זעל װאָס װעט זיך ניט‬
‫פּ ַײניקן אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג‪ ,‬זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון‬
‫איר פֿאָלק‪ 30 .‬און יעטװעדער מענטש װאָס װעט טאָן עפּעס אַן‬
‫אַרבעט אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג‪ ,‬יענע זעל װעל איך‬
‫אונטערברענגען פֿון צװישן איר פֿאָלק‪ 31 .‬קײן אַרבעט זאָלט איר‬
‫ניט טאָן; אַן אײביק געזעץ אױף א ַײערע דוֹר‪-‬דוֹרות אין אַלע א ַײערע‬
‫װוינערטער‪ 32 .‬אַ שבת פֿון רואונג איז עס פֿאַר א ַײך; און איר זאָלט‬
‫פּ ַײניקן א ַײער זעל; אין נ ַײנטן טאָג פֿון חוֹדש אין אָװנט‪ ,‬פֿון אָװנט‬

                             ‫ביז אָװנט‪ ,‬זאָלט איר האַלטן א ַײער שבת‪.‬‬

‫‪ 33‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 34 :‬רעד צו די‬
                                     ‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון דעם דאָזיקן זיבעטן חוֹדש איז דער ָיום‪-‬טוב‬
‫פֿון סוכּות זיבן טעג צו גאָט‪ 35 .‬אין ערשטן טאָג איז אַ הײליקע‬
‫צונױפֿרופונג; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן‪ 36 .‬זיבן טעג‬
‫זאָלט איר ברענגען אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט; אױפֿן אַכטן טאָג זאָל אַ‬
‫הײליקע צונױפֿרופונג ז ַײן ב ַײ א ַײך‪ ,‬און איר זאָלט ברענגען אַ‬
‫פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט; אַ הײליקע א ַײנזאַמלונג איז דאָס; קײן‬

                                     ‫דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן‪.‬‬

‫‪ 37‬דאָס ז ַײנען די ָיום‪-‬טוֹבים פֿון גאָט‪ ,‬װאָס איר זאָלט זײ אױסרופֿן‬
‫פֿאַר הײליקע צונױפֿרופונגען‪ ,‬צו ברענגען אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט‪ ,‬אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און אַ שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬אַ שלאַכטאָפּפֿער‪ ,‬און גיסאָפּפֿער;‬
‫װאָס פֿאַר איטלעכן טאָג‪ ,‬אין ז ַײן טאָג‪ 38 .‬אַחוץ די שבתים פֿון גאָט‪,‬‬
   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60