Page 52 - Vayikro
P. 52

‫ויקרא‬

‫‪ 17‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 18 :‬רעד צו‬
‫אַהרֹנען און צו ז ַײנע זין‪ ,‬און צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און זאָלסט‬

                                                            ‫זאָגן צו זײ‪:‬‬

‫אַז עמיצער אַ מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל‪ ,‬אָדער פֿון דעם פֿרעמדן‬
‫אין ישׂראל‪ ,‬װעט ברענגען ז ַײן ָקרבן‪ ,‬פֿון אַלע זײערע נדרים‪ ,‬אָדער‬
‫פֿון אַלע זײערע פֿר ַײװיליקע גאָבן‪ ,‬װאָס זײ װעלן ברענגען צו גאָט‬
‫פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער‪ 19 ,‬כּדי איר זאָלט באַװיליקט װערן‪ ,‬מוז עס‬
‫ז ַײן אַ ָזכר אָן אַ פֿעלער‪ ,‬פֿון רינדער‪ ,‬פֿון שעפּסן‪ ,‬אָדער פֿון ציגן‪20 .‬‬
‫קײנס װאָס אין אים איז דאָ אַ מום זאָלט איר ניט ברענגען‪ ,‬װאָרום‬
‫עס װעט א ַײך ניט ז ַײן צו באַװיליקונג‪ 21 .‬און אַז אַ מאַן װעט‬
‫ברענגען אַ פֿרידאָפּפֿער צו גאָט‪ ,‬לױט אַ קלאָר אַרױסגערעדטן נדר‪,‬‬
‫אָדער פֿאַר אַ פֿר ַײװיליקער גאָב‪ ,‬פֿון רינדער‪ ,‬אָדער פֿון שאָף‪ ,‬מוז עס‬
‫ז ַײן ניט געפֿעלערט‪ ,‬כּדי באַװיליקט צו װערן; קײן מום זאָל אין אים‬
‫ניט ז ַײן‪ 22 .‬אַ בלינדס‪ ,‬אָדער אַ געשעדיקטס‪ ,‬אָדער אַ פֿאַרקריפּלטס‪,‬‬
‫אָדער מיט אַ גוז‪ ,‬אָדער מיט טרוקענע קרעץ‪ ,‬אָדער פ ַײכטע קרעץ –‬
‫די דאָזיקע זאָלט איר ניט ברענגען צו גאָט‪ ,‬און ניט מאַכן פֿון זײ אַ‬
‫פֿ ַײעראָפּפֿער אױפֿן מזבח צו גאָט‪ 23 .‬און אַן אָקס אָדער אַ לאַם מיט‬
‫אײן גליד צו לאַנג אָדער צו קורץ‪ ,‬דאָס מעגסטו מאַכן אַ פֿר ַײװיליקע‬
‫גאָב‪ ,‬אָבער פֿאַר אַ נדר װעט עס ניט באַװיליקט װערן‪ 24 .‬און אַזאַ‬
‫װאָס ז ַײנע געשלעכטגלידער ז ַײנען צעדריקט‪ ,‬אָדער צעהאַקט‪ ,‬אָדער‬
‫אָנגעריסן‪ ,‬אָדער אױסגעשניטן‪ ,‬זאָלט איר ניט ברענגען צו גאָט; און‬
‫איר זאָלט אין א ַײער לאַנד ניט מאַכן אַזױ‪-‬װאָס‪ 25 .‬אַפֿילו פֿון דער‬
‫האַנט פֿון אַ פֿרעמדן זאָלט איר ניט ברענגען די שפּ ַײז פֿון א ַײער גאָט‬
‫פֿון אַלע די דאָזיקע‪ ,‬װאָרום זײער פֿאַרדאַרבונג איז אין זײ‪ ,‬אַ מום‬

                   ‫איז אין זײ; זײ װעלן ניט באַװיליקט װערן פֿון א ַײך‪.‬‬

                    ‫‪ 26‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 27‬אַ רינד‪ ,‬אָדער אַ שעפּס‪ ,‬אָדער אַ ציג‪ ,‬אַז עס װעט געבאָרן װערן‪,‬‬
‫זאָל עס זיבן טעג ז ַײן אונטער ז ַײן מוטער‪ ,‬און פֿון אַכטן טאָג אָן און‬
‫װ ַײטער װעט עס באַװיליקט װערן פֿאַר אַ ָקרבן‪ ,‬אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו‬
‫גאָט‪ 28 .‬און אַ רינד צי אַ שאָף‪ ,‬זאָלט איר עס ניט שעכטן אין אײן‬
‫טאָג מיט ז ַײן קינד‪ 29 .‬און אַז איר װעט שלאַכטן אַ דאַנקאָפּפֿער צו‬
‫גאָט‪ ,‬זאָלט איר עס שלאַכטן אַז איר זאָלט באַװיליקט װערן‪ 30 .‬אין‬
‫דעם אײגענעם טאָג זאָל עס געגעסן װערן; איר זאָלט ניט‬
   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57