Page 47 - Vayikro
P. 47
ויקרא
פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער 3 .און איך װעל קערן מ ַײן פּנים קעגן
יענעם מענטשן ,און װעל אים פֿאַרשנ ַײדן פֿון צװישן ז ַײן פֿאָלק ,װ ַײל
ער האָט געגעבן פֿון ז ַײנע קינדער צו מוֹ ֶלך ,כּדי צו פֿאַראומרײניקן
מ ַײן הײליקטום ,און צו פֿאַרשװעכן מ ַײן הײליקן נאָמען 4 .און אױב
פֿאַרהױלן װעט פֿאַרהױלן דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד זײערע אױגן פֿון
יענעם מענטשן ,װען ער גיט פֿון ז ַײנע קינדער צו מוֹ ֶלך ,אים ניט צו
טײטן 5 ,װעל איך קערן מ ַײן פּנים קעגן יענעם מענטשן ,און קעגן
ז ַײן משפּחה ,און איך װעל אים ,און אַלע װאָס ז ַײנען פֿאַרפירט נאָך
אים צו ז ַײן פֿאַרפירט נאָך מוֹ ֶלך ,פֿאַרשנ ַײדן פֿון צװישן זײער פֿאָלק.
6און די זעל װאָס װעט זיך װענדן צו ג ַײסטער און צו רוחות ,צו ז ַײן
פֿאַרפירט נאָך זײ ,װעל איך קערן מ ַײן פּנים קעגן יענער זעל ,און
װעל אים פֿאַרשנ ַײדן פֿון צװישן ז ַײן פֿאָלק 7 .און איר זאָלט א ַײך
הײליקן ,און ז ַײן הײליק ,װאָרום איך בין יהוה א ַײער גאָט 8 .און איר
זאָלט היטן מ ַײנע געזעצן און זײ טאָן :איך בין יהוה װאָס הײליקט
א ַײך 9 .װאָרום יעטװעדער אײנער װאָס װעט שילטן ז ַײן פֿאָטער
אָדער ז ַײן מוטער ,זאָל טײטן געטײט װערן; ז ַײן פֿאָטער אָדער ז ַײן
מוטער האָט ער געשאָלטן ,ז ַײן בלוט אױף אים! 10און אַ מאַן װאָס
װעט מַזנה ז ַײן מיט אַן ֵא ֶשת-איש – אַז ער װעט מַזנה ז ַײן מיט ז ַײן
חברס װ ַײב ,זאָל טײטן געטײט װערן אי דער מאַן ,אי די פֿרױ ,װאָס
האָט מַזנה געװען 11 .און אַ מאַן ,אַז ער װעט ליגן מיט ז ַײן פֿאָטערס
װ ַײב ,האָט ער די שאַנד פֿון ז ַײן פֿאָטער אַנטפּלעקט; טײטן געטײט
װערן זאָלן זײ בײדע; זײער בלוט אױף זײ! 12און אַז אַ מאַן װעט
ליגן מיט ז ַײן שנור ,זאָלן זײ טײטן געטײט װערן בײדע; אַ פֿאַרמישונג
ז ַײנען זײ באַגאַנגען ,זײער בלוט אױף זײ! 13און אַז אַ מאַן װעט ליגן
מיט אַ מאַנספּאַרשוין אַזױ װי מע ליגט מיט אַ פֿרױ האָבן זײ בײדע
אַן אומװערדיקײט געטאָן; טײטן זאָלן זײ געטײט װערן; זײער בלוט
אױף זײ! 14און אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ פֿרױ מיט איר מוטער ,איז
דאָס אַ שענדלעכקײט; אין פֿ ַײער זאָל מען פֿאַרברענען אי אים ,אי
זײ ,כּדי עס זאָל ניט ז ַײן קײן שענדלעכקײט צװישן א ַײך 15 .און אַ
מאַן װאָס װעט ליגן מיט אַ בהמה ,זאָל ער טײטן געטײט װערן ,און
די בהמה זאָלט איר הרגען 16 .און אַז אַ פֿרױ װעט גענענען צו
װאָסער עס איז בהמה צו ליגן מיט איר ,זאָלסטו הרגען אי די פֿרױ,
אי די בהמה; טײטן מוזן זײ געטײט װערן ,זײער בלוט אױף זײ! 17
און אַז אַ מאַן װעט נעמען ז ַײן שװעסטער ,ז ַײן פֿאָטערס טאָכטער,
אָדער ז ַײן מוטערס טאָכטער ,און ער װעט זען איר שאַנד ,און זי
װעט זען ז ַײן שאַנד ,איז דאָס אַ שאַנדהאַפֿטיקײט ,און זײ זאָלן