Page 43 - Vayikro
P. 43
ויקרא
21און פֿון ד ַײנע קינדער זאָלסטו ניט געבן אױף מקריבֿ ז ַײן צו מוֹ ֶלך,
און זאָלסט ניט פֿאַרשװעכן דעם נאָמען פֿון ד ַײן גאָט :איך בין יהוה.
22און מיט אַ מאַנספּאַרשוין זאָלסטו ניט ליגן אַזױ װי מע ליגט מיט
אַ פֿרױ; אַן אומװערדיקײט איז דאָס.
23און מיט קײן בהמה זאָלסטו ניט ליגן ,זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט
איר; און אַ פֿרױ זאָל ניט שטײן פֿאַר אַ בהמה צו ליגן מיט איר; אַ
פֿאַרמישונג איז דאָס.
24איר זאָלט א ַײך ניט פֿאַראומרײניקן מיט אַלע די דאָזיקע ,װאָרום
מיט אַלע די דאָזיקע האָבן זיך פֿאַראומרײניקט די פֿעלקער װאָס איך
טר ַײב אַרױס פֿון פֿאַר א ַײך 25 .און דאָס לאַנד איז געװאָרן אומרײן,
און איך האָב זיך אָפּגערעכנט מיט איר פֿאַר אירע זינד ,און דאָס
לאַנד האָט אַרױסגעשפּיגן אירע באַװוינער 26 .דרום זאָלט איר היטן
מ ַײנע חוקים און מ ַײנע געזעצן ,און איר זאָלט ניט טאָן פֿון אַלע די
דאָזיקע אומװערדיקײטן ,ס ַײ דער א ַײנגעבאָרענער ,און ס ַײ דער
פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף צװישן א ַײך – 27װאָרום אַלע די
דאָזיקע אומװערדיקײטן האָבן געטאָן די מענטשן פֿון לאַנד װאָס
פֿאַר א ַײך ,און דאָס לאַנד איז געװאָרן אומרײן – 28כּדי דאָס לאַנד
זאָל א ַײך ניט אױסשפּ ַײען ,אַז איר װעט עס פֿאַראומרײניקן ,אַזױ װי
עס האָט אױסגעשפּיגן דאָס פֿאָלק װאָס פֿאַר א ַײך 29 .װאָרום
איטלעכער װאָס װעט טאָן פֿון אַלע דידאָזיעק אומװערדיקײטן – די
נפשות װאָס טוען עס ,זאָלן פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײער פֿאָלק.
30און איר זאָלט היטן מ ַײן היטונג ,ניט צו טאָן פֿון די אומװערדיקע
א ַײנפירן װאָס ז ַײנען געטאָן געװאָרן פֿאַר א ַײך ,און איר זאָלט א ַײך
ניט פֿאַראומרײניקן מיט זײ :איך בין יהוה א ַײער גאָט.
ְקדוֹ ִשים
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :רעד צו
דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,און זאָלסט זאָגןיט
צו זײ: