Page 45 - Vayikro
P. 45
ויקרא
אַרומגײן מיט רכילות צװישן ד ַײן פֿאָלק; זאָלסט ניט שטײן רוִיק ב ַײ
דעם בלוט פֿון ד ַײן חבר :איך בין יהוה.
17זאָלסט ניט פ ַײנט האָבן ד ַײן ברודער אין ד ַײן האַרצן; אױסרעדן
זאָלסטו אױסרעדן ד ַײן חבר ,כּדי זאָלסט ניט טראָגן איבער אים אַ
זינד 18 .זאָלסט זיך ניט נוֹקם ז ַײן ,און ניט האַלטן אַ שׂנאה אױף די
קינדער פֿון ד ַײן פֿאָלק; נ ַײערט זאָלסט ליב האָבן ד ַײן חבר אַזױ װי
זיך אַלײן :איך בין יהוה.
19מ ַײנע געזעצן זאָלט איר היטן .ד ַײן בהמה זאָלסטו ניט פּאָרן
געמישט; ד ַײן פֿעלד זאָלסטו ניט פֿאַרזײען געמישט; און אַ בגד פֿון
געמישטן געװאַנטַ ,ש ַעטֵנז ,זאָל ניט אַרױפֿקומען אױף דיר.
20און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ פֿרױ אַ ב ַײשלאָף פֿון זאָמען ,און
זי איז אַ דינסט װאָס איז באַשטימט פֿאַר אַ מאַן ,אָבער אױסגעלײזט
איז זי ניט אױסגעלײזט געװאָרן ,און פֿר ַײשאַפֿט איז איר ניט געגעבן
געװאָרן ,זאָל ז ַײן אַן אױספאָרשונג; זײ זאָלן ניט געטײט װערן,
װאָרום זי איז ניט באַפֿר ַײט געװאָרן 21 .און ער זאָל ברענגען ז ַײן
שולדאָפּפֿער צו גאָט ,צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד; אַ װידער פֿאַר אַ
שולדאָפּפֿער 22 .און דער כֹּהן זאָל מ ַכפּר ז ַײן אױף אים מיט דעם
װידער פֿון שולדאָפּפֿער פֿאַר גאָט ,װעגן ז ַײן זינד װאָס ער האָט
געזינדיקט; און אים װעט פֿאַרגעבן װערן פֿאַר ז ַײן זינד װאָס ער האָט
געזינדיקט.
23און אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד ,און װעט פֿלאַנצן אַלערלײ
עסבײמער ,זאָלט איר לאָזן זײער פֿרוכט אומבאַשניטן; דר ַײ יאָר זאָל
עס א ַײך ז ַײן אומבאַשניטן ,עס זאָל ניט געגעסן װערן 24 .און אױפֿן
פֿירטן יאָר זאָל זײער גאַנצע פֿרוכט ז ַײן הײליק פֿאַר אַ לױבגעבונג צו
גאָט 25 .און אױפֿן פֿינפֿטן יאָר מעגט איר עסן זײער פֿרוכט ,כּדי א ַײך
זאָל צוקומען זײער א ַײנטראָג :איך בין יהוה א ַײער גאָט.
26איר זאָלט ניט עסן מיטן בלוט.
איר זאָלט ניט צױבערן און ניט װאָרזאָגן.
27איר זאָלט ניט אָפּשנ ַײדן רונד די ברעגן פֿון א ַײער קאָפּ; און
זאָלסט ניט פֿאַרדאַרבן די ברעגן פֿון ד ַײן באָרד.