Page 46 - Vayikro
P. 46

‫ויקרא‬

‫‪ 28‬און אַ שניט נאָך אַ טױטן זאָלט איר ניט מאַכן אױף א ַײער ל ַײב‪,‬‬
‫און אַן אױסגעשטאָכן געשריפֿטס זאָלט איר אױף זיך ניט מאַכן‪ :‬איך‬

                                                               ‫בין יהוה‪.‬‬

‫‪ 29‬זאָלסט ניט פֿאַרשװעכן ד ַײן טאָכטער זי צו מאַכן פֿאַר אַ זוֹנה‪ ,‬כּדי‬
‫דאָס לאַנד זאָל ניט אױסגעלאַסן װערן‪ ,‬און דאָס לאַנד װעט פול‬

                                              ‫װערן מיט שענדלעכקײט‪.‬‬

‫‪ 30‬מ ַײנע שבתים זאָלט איר היטן‪ ,‬און פֿאַר מ ַײן הײליקטום זאָלט‬
                                       ‫איר האָבן אָפּש ַײ‪ :‬איך בין יהוה‪.‬‬

‫‪ 31‬איר זאָלט א ַײך ניט קערן צו ג ַײסטער‪ ,‬און ב ַײ רוחות זאָלט איר‬
 ‫ניט פֿרעגן‪ ,‬זיך צו פֿאַראומרײניקן מיט זײ‪ :‬איך בין יהוה א ַײער גאָט‪.‬‬

‫‪ 32‬פֿאַר אַ גר ַײז זאָלסטו אױפֿשטײן‪ ,‬און זאָלסט שאַנעװען דעם פּנים‬
              ‫פֿון אַ זקן‪ ,‬און מוֹרא האָבן פֿאַר ד ַײן גאָט‪ :‬איך בין יהוה‪.‬‬

‫‪ 33‬און אַז ב ַײ דיר װעט זיך אױפֿהאַלטן אַ פֿרעמדער אין א ַײער לאַנד‪.‬‬
‫זאָלסטו אים ניט קריװדען‪ 34 .‬אַזױ װי אַן א ַײנגעבאָרענער פֿון א ַײך‬
‫זאָל א ַײך ז ַײן דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף ב ַײ א ַײך; און‬
‫זאָלסט אים ליב האָבן אַזױ װי זיך אַלײן; װאָרום פֿרעמדע ז ַײט איר‬

                    ‫געװען אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪ :‬איך בין יהוה א ַײער גאָט‪.‬‬

‫‪ 35‬איר זאָלט ניט טאָן אַן עװלה אין אַ משפּט‪ ,‬אין מעסטשטאָק‪ ,‬אין‬
‫װאָג‪ ,‬אָדער אין מאָס‪ 36 .‬אַ ריכטיקע װאָגשאָל‪ ,‬ריכטיקע‬
‫װאָגשטײנער‪ ,‬אַ ריכטיקע ֵאי ָפה‪ ,‬און אַ ריכטיקער הין‪ ,‬זאָל ב ַײ א ַײך‬
‫ז ַײן‪ :‬איך בין יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬װאָס האָב א ַײך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד‬
‫ִמצ ַר ִים‪ 37 .‬און איר זאָלט היטן אַלע מ ַײנע חוקים‪ ,‬און אַלע מ ַײנע‬

                                    ‫געזעצן‪ ,‬און זײ טאָן‪ :‬איך בין יהוה‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 2 :‬אױך זאָלסטו‬

             ‫זאָגן צו די קינדער פֿון ישׂראל‪:‬כ‬

‫יעטװעדער מאַן פֿון די קידנער פֿון ישׂראל‪ ,‬אָדער פֿון דעם פֿרעמדן‬
‫װאָס האַלט זיך אױף אין ישׂראל‪ ,‬װאָס װעט געבן פֿון ז ַײנע קינדער‬
‫צו מוֹ ֶלך‪ ,‬זאָל טײטן געטײט װערן; דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד זאָל אים‬
   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51