Page 41 - Vayikro
P. 41
ויקרא
אױסגיסן ז ַײן בלוט ,און עס צודעקן מיט ערד 14 .װאָרום דאָס לעבן
פֿון יעטװעדער פֿלײש – ז ַײן בלוט דאָס איז ז ַײן לעבן; דרום זאָג איך
צו די קינדער פֿון ישׂראל :דאָס בלוט פֿון קײן פֿלײש זאָלט איר ניט
עסן ,װאָרום דאָס לעבן פֿון יעטװעדער פֿלײש דאָס איז ז ַײן בלוט;
איטלעכער װאָס עסט עס ,זאָל פֿאַרשניטן װערן 15 .און יעטװעדער
מענטש װאָס װעט עסן געפאַלנס אָדער פֿאַרצוקטס ,ס ַײ דער
א ַײנגעבאָרענער ,און ס ַײ דער פֿרעמדער ,זאָל װאַשן ז ַײנע קלײדע,
און באָדן ז ַײן ל ַײב אין װאַסער ,און ז ַײן אומרײן ביזן אָװנט ,און װערן
רײן 16 .און אױב ער װעט זײ ניט װאַשן ,און ז ַײן ל ַײב ניט באָדן ,װעט
ער טראָגן ז ַײן זינד.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,און זאָלסט זאָגן צו זײ:יח
איך בין יהוה א ַײער גאָט 3 .אַזױ װי די מעשׂים פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים װאָס
איר ז ַײט דערין געזעסן ,זאָלט איר ניט טאָן; און אַזױ װי די מעשׂים
פֿון לאַנד כַּנ ַען ,װאָס איך ברענג א ַײך אַהין ,זאָלט איר ניט טאָן; און
אין זײערע חוקים זאָלט איר ניט גײן 4 .מ ַײנע געזעצן זאָלט איר טאָן,
און מ ַײנע חוקים זאָלט איר היטן צו גײן אין זײ; איך בין יהוה א ַײער
גאָט 5 .און איר זאָלט היטן מ ַײנע חוקים און מ ַײנע געזעצן ,װאָס אַז
אַ מענטש טוט זײ ,לעבט ער דורך זײ :איך בין יהוה.
6איר זאָלט ניט גענענען קײן אײנער צו אַ שום ל ַײבנאָנטער ז ַײנער,
צו אַנטפּלעקן די שאַנד :איך בין יהוה.
7די שאַנד פֿון ד ַײן פֿאָטער ,און די שאַנד פֿון ד ַײן מוטער ,זאָלסטו
ניט אַנטפּלעקן :זי איז ד ַײן מוטער ,טאָרסטו ניט אַנטפּלעקן איר
שאַנד.
8די שאַנד פֿון ד ַײן פֿאָטערס װ ַײב זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן; די שאַנד
פֿון ד ַײן פֿאָטער איז דאָס.
9די שאַנד פֿון ד ַײן שװעסטער ,ד ַײן פֿאָטערס טאָכטער ,אָדער ד ַײן
מוטערס טאָכטער ,געבאָרן אין הױז ,אָדער געבאָרן פֿון אױסן –
זײער שאַנד זאָלסטו ניט אַנטפּלעקן.