Page 40 - Vayikro
P. 40
ויקרא
3יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל װאָס װעט שעכטן אַן
אָקס ,אָדער אַ שעפּס ,אָדער אַ ציג ,אין לאַגער ,אָדער װאָס װעט
שעכטן אױסן לאַגער 4 ,און צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד האָט ער
עס ניט געבראַכט ,מקריבֿ צו ז ַײן פֿאַר אַ ָקרבן צו גאָט ,פֿאַרן ִמשכּן
פֿון גאָט ,זאָל עס װי בלוט גערעכנט װערן יענעם מאַן; בלוט האָט
ער פֿאַרגאָסן; און יענער מענטש זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן ז ַײן
פֿאָלק 5 .כּדי די קינדער פֿון ישׂראל זאָלן ברענגען זײערע
שלאַכטאָפּפֿער ,װאָס זײ שלאַכטן אױפֿן פֿר ַײען פֿעלד – זײ זאָלן זי
ברענגען צו גאָט ,צום א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד ,צום כֹּהן ,און זײ
שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער צו גאָט 6 .און דער כֹּהן זאָל שפּרענגען דאָס
בלוט אױפֿן מזבח פֿון גאָט ,ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד ,און
דעמפֿן דאָס פֿעטס פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט 7 .און זײ זאָלן
מער ניט שלאַכטן זײערע שלאַכטאָפּפֿער צו די שדים ,װאָס זײ ז ַײנען
פֿאַרפירט נאָך זײ .אַן אײביק געזעץ זאָל דאָס זײ ז ַײן אױף זײערע
דוֹר-דוֹרות.
8און זאָלסט זאָגן צו זײ :יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל,
אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס װעט זיך אױפֿהאַלטן צװישן זײ ,װאָס
װעט אױפֿברענגען אַ בראַנדאָפּפֿער אָדער אַ שלאַכטאָפּפֿער 9 ,און
צום אוֹהל-מוֹעד װעט ער עס ניט ברענגען ,דאָס צו מאַכן צו גאָט,
יענער מענטש זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון ז ַײן פֿאָלק.
10און יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל ,אָדער פֿון דעם
פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ ,װאָס װעט עסן װאָסער עס
איז בלוט ,װעל איך קערן מ ַײן פּנים קעגן דעם מענטשן װאָס עסט
דאָס בלוט ,און איך װעל אים פֿאַרשנ ַײדן פֿון צװישן ז ַײן פֿאָלק11 .
װאָרום דאָס לעבן פֿון דעם פֿלײש איז אין דעם בלוט ,און איך האָב
עס א ַײך געגעבן אױפֿן מזבח מ ַכפּר צו ז ַײן אױף א ַײערע נפשות;
װאָרום דאָס איז דאָס בלוט װאָס איז מ ַכפּר ,מיט דעם לעבן װאָס
אין אים 12 .דרום זאָג איך צו די קינדער פֿון ישׂראל :קײן נפש פֿון
א ַײך זאָל ניט עסן בלוט; אױך דער פֿרעמדער װאָס האַלט זיך אױף
צװישן א ַײך ,זאָל ניט עסן בלוט.
13און יעטװעדער מאַן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,אָדער פֿון דעם
פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף צװישן זײ ,װאָס װעט פאַנגען אַ
געפאַנג פֿון אַ חיה אָדער אַ פֿױגל װאָס מעג געגעסן װערן ,זאָל