Page 48 - Vayikro
P. 48

‫ויקרא‬

‫פֿאַרשניטן װערן פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון זײער פֿאָלק; די‬
‫שאַנד פֿון ז ַײן שװעסטער האָט ער אַנטפּלעקט‪ ,‬זאָל ער טראָגן ז ַײן‬
‫זינד‪ 18 .‬און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט אַ פֿרױ אין איר קראַנקשאַפֿט‪,‬‬
‫און װעט אַנטפּלעקן איר שאַנד – ער האָט אַנטבלױזט איר קװאַל‪,‬‬
‫און זי האָט אַנטפּלעקט דעם קװאַל פֿון איר בלוט‪ ,‬זאָלן זײ בײדע‬
‫פֿאַרשניטן װערן פֿון צװישן זײער פֿאָלק‪ .‬און די שאַנד פֿון ‪ 19‬ד ַײן‬
‫מוטערס שװעסטער‪ ,‬אָדער פֿון ד ַײן פֿאָטערס שװעסטער‪ ,‬זאָלסטו‬
‫ניט אַנטפּלעקן; װאָרום ז ַײן ל ַײבנאָנטע אַנטבלױזט ער; זײ זאָלן‬
‫טראָגן זײער זינד‪ 20 .‬און אַז אַ מאַן װעט ליגן מיט ז ַײן מומען‪ ,‬האָט‬
‫ער די שאַנד פֿון ז ַײן פֿעטער אַנטפּלעקט; זײ זאָלן טראָגן זײער זינד;‬
‫אָן קינדער זאָלן זײ שטאַרבן‪ 21 .‬און אַז אַ מאַן װעט נעמען ז ַײן‬
‫ברודערס װ ַײב‪ ,‬איז דאָס אַן אומרײניקײט; די שאַנד פֿון ז ַײן ברודער‬

                     ‫האָט ער אַנטפּלעקט; אָן קינדער זאָלן זײ בל ַײבן‪.‬‬

‫‪ 22‬און איר זאָלט היטן אַלע מ ַײנע חוקים‪ ,‬און אַלע מ ַײנע געזעצן‪,‬‬
‫און זײ טאָן‪ ,‬כּדי דאָס לאַנד װאָס איך ברענג א ַײך אַהין‪ ,‬זיך צו‬
‫באַזעצן דרינען‪ ,‬זאָל א ַײך ניט אַרױסשפּ ַײען‪ 23 .‬און איר זאָלט ניט‬
‫גײן אין די א ַײנפירן פֿון דעם פֿאָלק װאָס איך פֿאַרטר ַײב פֿון פֿאַר‬
‫א ַײך; װאָרום דאָס אַלץ האָבן זײ געטאָן‪ ,‬און איך האָב מיך פֿאַרעקלט‬
‫מיט זײ‪ 24 .‬און איך האָב געזאָגט צו א ַײך‪ :‬איר װעט אַרבן זײער ערד‪,‬‬
‫און איך װעל זי א ַײך געבן זי צו אַרבן – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט‬
‫מילך און האָניק‪ .‬איך בין יהוה א ַײער גאָט װאָס האָב א ַײך‬
‫אָפּגעשײדט פֿון די אומות‪ 25 .‬דרום זאָלט איר אָפּשײדן צװישן דער‬
‫רײנער בהמה און דער אומרײנער‪ ,‬און צװישן דעם אומרײנעם פֿױגל‬
‫און דעם רײנעם‪ ,‬און איר זאָלט ניט פֿאַראומװערדיקן א ַײער זעל מיט‬
‫אַ בהמה‪ ,‬אָדער מיט אַ פֿױגל‪ ,‬אָדער מיט װאָס נאָר די ערד װידמענט‪,‬‬
‫װאָס איך האָב אָפּגעשײדט צו מאַכן אומרײן פֿאַר א ַײך‪ 26 .‬און איר‬
‫זאָלט מיר ז ַײן הײליק‪ ,‬װאָרום איך יהוה בין הײליק‪ ,‬און איך האָב‬

                   ‫א ַײך אָפּגעשײדט פֿון די אומות‪ ,‬צו געהערן צו מיר‪.‬‬

‫‪ 27‬און אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ‪ ,‬אַז זײ װעלן זיך פֿאַרנעמען מיט אַ‬
‫ג ַײסט אָדער אַ רוח‪ ,‬זאָלן זײ טײטן געטײט װערן; מיט שטײנער זאָל‬

                              ‫מען זײ פֿאַרװאַרפֿן; זײער בלוט אױף זײ!‬
   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53