Page 54 - Vayikro
P. 54
ויקרא
בראַנדאָפּפֿער צו גאָט; 13און אַ שפּ ַײזאָפּפֿער דערצו ,צװײ צענטל
זעמלמעל פֿאַרמישט מיט אײל ,אַ פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט פֿאַר אַ
געשמאַקן ריח; און אַ גיסאָפּפֿער דערצו ,װ ַײן אַ פֿערטל הין 14 .און
ברױט ,און געברענטע קערנער ,און פֿריש זאַנגען ,זאָלט איר ניט עסן
ביז דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג ,ביז איר ברענגט דעם ָקרבן פֿון
א ַײער גאָט; אַן אײביק געזעץ אױף א ַײערע דוֹר-דוֹרות אין אַלע
א ַײערע װוינערטער.
15און איר זאָלט א ַײך צײלן פֿון אױף מאָרגן נאָך דעם רוטאָג ,פֿון
דעם טאָג װאָס איר ברענגט די גאַרב פֿון אױפֿהײבונג; זיבן גאַנצע
װאָכן זאָלן עס ז ַײן; 16ביז אױף מאָרגן נאָך דער זיבעטער װאָך זאָלט
איר אָפּצײלן פֿופֿציק טעג ,און ברענגען אַ שפּ ַײזאָפּפֿער פֿון דער
נ ַײער תּבואה צו גאָט 17 .איר זאָלט ברענגען פֿון א ַײערע װוינערטער
צװײ ברױטן פֿאַר אַן אױפֿהײבונג; פֿון צװײ צענטל זעמלמעל זאָלן זײ
ז ַײן ,געז ַײערט זאָלן זײ געבאַקט װערן ,אַן ערשטגאָב צו גאָט 18 .און
איר זאָלט ברענגען מיטן ברױט זיבן שעפּסן יאָריקע אָן אַ פֿעלער,
און אײן יונגן אָקס ,און צװײ װידערס; זײ זאָלן ז ַײן אַ בראַנדאָפּפֿער
צו גאָט ,מיט זײערע שפּ ַײזאָפּפֿער און זײערע גיסאָפּפֿער – אַ
פֿ ַײעראָפּפֿער פֿאַר אַ געשמאַקן ריח צו גאָט 19 .און איר זאָלט מאַכן
אײן ציגנבאָק פֿאַר אַ זינדאָפּפֿער ,און צװײ שעפּסן יאָריקע פֿאַר אַ
פֿרידאָפּפֿער 20 .און דער כֹּהן זאָל זײ אױפֿהײבן מיט דעם ברױט פֿון
דעם ערשטצ ַײטיקן ,אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט ,מיט די צװײ שעפּסן;
הײליק זאָלן זײ ז ַײן צו גאָט ,פֿאַרן כֹּהן 21 .און איר זאָלט מאַכן אַן
אױסרופונג אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג; אַ הײליקע צונױפֿרופונג
זאָל ז ַײן ב ַײ א ַײך; קײן דינסטאַרבעט זאָלט איר ניט טאָן .אַן אײביק
געזעץ אין אַלע א ַײערע װוינערטער אױף א ַײערע דוֹר-דוֹרות.
22און אַז איר שנ ַײדט דעם שניט פֿון א ַײער לאַנד ,זאָלסטו ניט
דערענדיקן דעם עק פֿון ד ַײן פֿעלד ב ַײ ד ַײן שנ ַײדן ,און דעם נאָכקל ַײב
פֿון ד ַײן שניט זאָלסטו ניט נאָכקל ַײבן; פֿאַרן אָרימאַן און פֿאַרן
פֿרעמדן זאָלסטו זײ איבערלאָזן :איך בין יהוה א ַײער גאָט.
23און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 24 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן: