Page 3 - Mikhe
P. 3

‫מיכה‬

               ‫און איך װעל של ַײדערן צום טאָל אירע שטײנער‪,‬‬
                    ‫און אירע גרונטפֿעסטן װעל איך אַנטפּלעקן‪.‬‬
                               ‫‪ 7‬און אַלע אירע געשניצטע געצן‬
                                           ‫װעלן צעהאַקט װערן‪,‬‬
                                       ‫און אַלע אירע זוֹנה‪-‬לױנען‬
                               ‫װעלן פֿאַרברענט װערן אין פֿ ַײער‪,‬‬
                                     ‫און אַלע אירע געצנבילדער‬
                                        ‫װעל איך מאַכן צו װיסט;‬

                  ‫װאָרום פֿון זוֹנה‪-‬לױן האָט זי זײ אױפֿגעקליבן‪,‬‬
                          ‫און צו זוֹנה‪-‬לױן זאָלן זײ װידער װערן‪.‬‬
                          ‫‪ 8‬דערױף װעל איך קלאָגן און יאָמערן‪,‬‬
                         ‫איך װעל אומגײן באָרװעס און נאַקעט‪,‬‬
                         ‫איך װעל מאַכן אַ קלאָג װי די שאַקאַלן‪,‬‬
                               ‫און אַ טרױער װי שטרױספֿױגלען‪.‬‬
                             ‫‪ 9‬װאָרום שװער ז ַײנען אירע שלעק‪,‬‬
                             ‫װאָרום עס איז געקומען ביז יהודה‪,‬‬
                           ‫עס גר ַײכט ביזן טױער פֿון מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                                                    ‫ביז ירו ָש ַל ִים‪.‬‬
                             ‫‪ 10‬ניט דערצײלן זאָלט איר אין ַגת‪,‬‬
                                    ‫װײנען זאָלט איר ניט װײנען;‬

                     ‫אין בית‪-‬ל ָעפֿ ָרה אין שטױב טו זיך ק ַײקלען‪.‬‬
                        ‫‪ 11‬גײ דיר אַװעק‪ ,‬באַװױנערין פֿון ָשפֿיר‪,‬‬
                                                ‫נאַקעט צו שאַנד;‬
                                     ‫ניט אַרױסגײן דערװעגט זיך‬
                                         ‫די באַװױנערין פֿון ַצ ֲעָנן‬
                                      ‫אַ קלאָג איז אין בית‪ֵ -‬א ֶצל;‬
                           ‫מע נעמט פֿון א ַײך אָפּ ז ַײן באַשטאַנד‪.‬‬

     ‫‪ 12‬יאָ‪ ,‬געאַנגסט נאָך גוטס האָט די באַװױנערין פֿון ָמרוֹת‪,‬‬
   ‫אָבער גענידערט האָט בײז פֿון גאָט צום טױער פֿון ירו ָש ַל ִים‪.‬‬

                       ‫‪ 13‬שפּאַן דעם ר ַײטװאָגן צו די לױפֿפֿערד‪,‬‬
                                           ‫באַװױנערין פֿון ָלכיש;‬

                                   ‫זי איז דער אָנהײב זינד געװען‬
‫פֿאַר דער טאָכטער ִציוֹן;ְ װאָרום ב ַײ דיר ז ַײנען געפֿונען געװאָרן‬

                                       ‫די פֿאַרברעכן פֿון ישׂראל‪.‬‬
           ‫‪ 14‬דרום װעסטו געזענג‪-‬מתּנות געבן צו מוֹ ֶר ֶשת‪ַ-‬גת;‬

                    ‫די ה ַײזער פֿון אַכזיבֿ װעלן װערן צום אָפּנאַר‬
   1   2   3   4   5   6   7   8