Page 4 - Mikhe
P. 4
מיכה
פֿאַר די מלכים פֿון ישׂראל.
15איך װעל נאָך ברענגען אַ יוֹרש אױף דיר,
באַװױנערין פֿון ָמ ֵר ָשה,
ביז קײן ַעדו ָלם װעט קומען דער כּבֿוד פֿון ישׂראל.
16מאַך דיר אַ פּליך און שער דיך אָפּ,
איבער ד ַײנע געצערטלטע קינדער,
מאַך ברײט ד ַײן פּליך װי דער גײערפֿױגל,
װאָרום זײ ז ַײנען אין גלות אַװעק פֿון דיר.
1װײ צו די װאָס טראַכטן אומרעכט,ב
און אַרבעטן אױס בײז אױף זײערע געלעגערס!
אין ליכט פֿון פֿרימאָרגן פֿירן זײ עס אױס,
װ ַײל עס איז אין דער מאַכט פֿון זײער האַנט.
2און זײ גלוסטן פֿעלדער און גזלען,
און ה ַײזער און נעמען צו;
און באַרױבן אַ מאַן מיט ז ַײן הױז,
און אַ מענטשן מיט ז ַײן נחלה.
3דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט:
זע ,איך טראַכט אױף דער דאָזיקער משפּחה אַ בײז
װאָס איר װעט ניט קענען אָפּטאָן דערפֿון א ַײערע העלדזער,
און איר װעט ניט גײן מיט אַן אױפֿגעהױבענעם קאָפּ,
װאָרום אַ בײזע צ ַײט װעט דאָס ז ַײן.
4אין יענעם טאָג װעט מען אױפֿהײבן אױף א ַײך אַ שפּרוך,
און מע װעט קלאָגן אַ קלאָג פֿון באַקלאָגעניש,
מע װעט זאָגן :פֿאַרװיסטן פֿאַרװיסט ז ַײנען מיר געװאָרן;
דעם טײל פֿון מ ַײן פֿאָלק טוט ער ב ַײטן.
װי טוט ער מיך דערװ ַײטערן!
דעם אַװעקרױבער צעטײלט ער אונדזערע פֿעלדער.
5פֿאַר װאָר ,קײנער פֿון דיר װעט ניט װאַרפֿן
אַ שנור לױט גוֹרל אין דער עדה פֿון גאָט.
” 6איר זאָלט ניט ַדרשען!“ ַדרשען זײ;
מע דאַרף ניט ַדרשען צו די דאָזיקע,
װעט מען קײן חרפּות ניט קריגן.
7טו איך זיך דען ב ַײטן ,הױז פֿון יעקבֿ?