Page 9 - Mikhe
P. 9
מיכה
11און אַצונד האָבן זיך א ַײנגעזאַמלט אױף דיר פֿיל פֿעלקער,
װאָס זאָגן :זאָל זי פֿאַרשװעכט װערן,
און זאָל אונדזער אױג זיך אָנקוקן אױף ִציוֹן.
12אָבער זײ װײסן ניט די טראַכטונגען פֿון גאָט,
און זײ פֿאַרשטײען ניט ז ַײן באַראָט,
אַז ער האָט זײ א ַײנגעזאַמלט װי אַ גאַרב אין ש ַײער.
13שטײ אױף און דרעש ,טאָכטער ִציוֹן,
װאָרום ד ַײן האָרן װעל איך מאַכן א ַײזן,
און ד ַײנע קלױען װעל איך מאַכן קופּער,
און װעסט צעשטױסן פֿיל פֿעלקער,
און מאַכן חרם צו גאָט זײער רױב,
און זײער פֿאַרמעג צום האַר פֿון דער גאַנצער ערד.
14אַצונד װעסטו זיך דעם ל ַײב שנ ַײדן ,טאָכטער פֿון מחנות,
אַ באַלעגערונג האָט מען געמאַכט אױף אונדז;
מיט אַ רוט אױפֿן באַק
שלאָגט מען דעם ריכטער פֿון ישׂראל.
1און דו ,ביתֶ -ל ֶחם אין ֶאפֿ ָרת,ה
װאָס קלײן ביסטו צװישן די טױזנטן פֿון יהודה,
פֿון דיר װעט מיר אַרױסגײן
דער װאָס װעט ז ַײן אַ געװעלטיקער איבער ישׂראל,
און ז ַײן אָפּשטאַם איז פֿון פֿאַרצ ַײטן ,פֿון אַמאָליקע טעג.
2פֿאַר װאָר ,ער װעט זײ איבערגעבן
ביז דער צ ַײט װען די געװינערין האָט געװוּנען;
אָבער דער איבערבל ַײב פֿון ז ַײנע ברידער
װעט זיך אומקערן מיט די קינדער פֿון ישׂראל.
3און ער װעט אױפֿשטײן און פֿיטערן מיט מאַכט פֿון גאָט,
מיטן שטאָלצן נאָמען פֿון יהוה ז ַײן גאָט;
און זײ װעלן זיצן רואיק,
װאָרום ער װעט דענצמאָל ז ַײן גרױס ביז די עקן פֿון דער ערד.
4און אַזאַ װעט ז ַײן דער שלום:
אַז אַשור װעט קומען אין אונדזער לאַנד,
און אַז ער װעט טרעטן אין אונדזערע פּאַלאַצן,
װעלן מיר אױפֿשטעלן אױף אים זיבן פּאַסטוכער,