Page 14 - Mikhe
P. 14

‫מיכה‬

               ‫‪ 13‬און די ערד װעט ז ַײן װיסט פֿאַר אירע באַװױנער‪,‬‬
                           ‫פֿון װעגן דעם פֿרוכט פֿון זײערע מעשׂים‪.‬‬

                                 ‫‪ 14‬פֿיטער ד ַײן פֿאָלק מיט ד ַײן רוט‪,‬‬
                                                ‫די שאָף פֿון ד ַײן אַרב‪,‬‬
                                               ‫װאָס װױנען באַזונדער‬

                                            ‫אַ װאַלד אין מיטן ַכּר ֶמל;‬
                             ‫לאָזן זײ זיך פֿיטערן אין ב ָשן און ִגל ָעד‪,‬‬

                                           ‫װי אין די טעג פֿון אַמאָל‪.‬‬
              ‫‪ 15‬װי אין די טעג פֿון ד ַײן אַרױסגײן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪,‬‬

                                      ‫װעל איך אים װוּנדער באַװ ַײזן‪.‬‬

        ‫‪ 16‬פֿעלקער װעלן זען און זיך שעמען מיט אַל זײער גבֿורה‪,‬‬
                            ‫זײ װעלן אַרױפֿטאָן די האַנט אױפֿן מױל‪,‬‬
                                     ‫זײערע אױערן װעלן טױב װערן‪.‬‬

                         ‫‪ 17‬זײ װעלן לעקן דעם שטױב װי אַ שלאַנג‪,‬‬
                                   ‫װי די װאָס קריכן אױף דער ערד;‬

                            ‫זײ װעלן ציטערן פֿון זײערע פֿעסטונגען‪,‬‬
                            ‫צו יהוה אונדזער גאָט װעלן זײ אַנגסטן‪,‬‬

                                  ‫און זײ װעלן מוֹרא האָבן פֿאַר דיר‪.‬‬
                       ‫‪ 18‬װער איז אַ גאָט װי דו‪ ,‬װאָס פֿאַרגיט זינד‪,‬‬
‫און גײט פֿאַרב ַײ דעם פֿאַרברעך פֿון דעם איבערבל ַײב פֿון ז ַײן אַרב?‬

                               ‫ער האַלט ניט אױף אײביק ז ַײן צאָרן‪,‬‬
                                         ‫װאָרום ער האָט ליב גענאָד‪.‬‬

                             ‫‪ 19‬ער װעט אונדז װידער דערבאַרימען‪,‬‬
                                 ‫ער װעט פֿאַרדריקן אונדזערע זינד;‬

                   ‫און װעסט אַר ַײנװאַרפֿן אין די טיפֿענישן פֿון אים‬
                                                 ‫אַלע זײערע חטאים‪.‬‬

                               ‫‪ 20‬װעסט װ ַײזן טר ַײשאַפֿט צו יעקבֿן‪,‬‬
                                                  ‫חסד צו אַברהמען‪,‬‬

                          ‫װי דו האָסט געשװאָרן אונדזערע עלטערן‬
                                           ‫פֿון די טעג פֿון פֿאַרצ ַײטן‪.‬‬

           ‫‪© 2005 Dworkins and Leonard Prager. All Rights Reserved.‬‬
   9   10   11   12   13   14   15   16   17