Page 10 - Mikhe
P. 10

‫מיכה‬

                                      ‫און אַכט פֿירשטלעכע ל ַײט‪.‬‬
        ‫‪ 5‬און זײ װעלן צעברעכן דאָס לאַנד אַשור מיטן שװערד‪,‬‬

                    ‫און לאַנד ִנמרוֹד מיט אירע אײגענע קלינגען‪.‬‬
                         ‫און מע װעט אונדז מציל ז ַײן פֿון אַשור‪,‬‬
                           ‫אַז ער װעט קומען אין אונדזער לאַנד‪,‬‬

                       ‫און אַז ער װעט טרעטן אין אונדזער גבֿול‪.‬‬

‫‪ 6‬און דער איבערבל ַײב פֿון יעקבֿ װעט ז ַײן צװישן די פֿיל אומות‪,‬‬
                       ‫װי טױ פֿון גאָט‪ ,‬װי שפּרײרעגן אױף גראָז‪,‬‬
                                ‫װאָס האָפֿט ניט אױף אַ מענטשן‪,‬‬
                             ‫און װאַרט ניט אױף מענטשנקינדער‪.‬‬

  ‫‪ 7‬און דער איבערבל ַײב פֿון יעקבֿ װעט ז ַײן צװישן די פֿעלקער‪,‬‬
                                      ‫אין מיטן פֿון די פֿיל אומות‪,‬‬

                             ‫װי אַ לײב צװישן די חיות פֿון װאַלד‪,‬‬
                             ‫װי אַ יונגלײב צװישן סטאַדעס שאָף‪,‬‬
              ‫װאָס אַז ער גײט דורך צעטרעט ער און פֿאַרצוקט‪,‬‬

                                    ‫און ניטאָ װער זאָל מציל ז ַײן‪.‬‬
           ‫‪ 8‬ד ַײן האַנט װעט ז ַײן דערהױבן איבער ד ַײנע דריקער‪,‬‬

                     ‫און אַלע ד ַײנע פֿ ַײנט װעלן פֿאַרשניטן װערן‪.‬‬

                  ‫‪ 9‬און עס װעט ז ַײן אין יענעם טאָג‪ ,‬זאָגט גאָט‪,‬‬
                 ‫װעל איך פֿאַרשנ ַײדן ד ַײנע פֿערד פֿון צװישן דיר‪,‬‬

                   ‫און איך װעל אונטערברענגען ד ַײנע ר ַײטװעגן‪.‬‬
            ‫‪ 10‬און איך װעל פֿאַרשנ ַײדן די שטעט פֿון ד ַײן לאַנד‪,‬‬

                            ‫און צעשטערן אַלע ד ַײנע פֿעסטונגען‪.‬‬
           ‫‪ 11‬און איך װעל פֿאַרשנ ַײדן די כּישופֿן‪ ,‬פֿון ד ַײן האַנט‪,‬‬

                      ‫און ב ַײ דיר װעלן ניט ז ַײן קײן װאָרזאָגערס‪.‬‬
               ‫‪ 12‬און איך װעל פֿאַרשנ ַײדן ד ַײנע געשניצטע געצן‬

                           ‫און ד ַײנע ז ַײלשטײנער פֿון צװישן דיר‪,‬‬
                                     ‫און װעסט זיך מער ניט בוקן‬
                                      ‫צום װערק פֿון ד ַײנע הענט‪.‬‬

   ‫‪ 13‬און איך װעל אױסר ַײסן ד ַײנע געצנבײמער פֿון צװישן דיר;‬
                            ‫און איך װעל פֿאַרטיליקן ד ַײנע פֿ ַײנט‪.‬‬

     ‫‪ 14‬און איך װעל נקמה נעמען מיט כּעס און מיט גרימצאָרן‬
                      ‫פֿון די פֿעלקער װאָס האָבן ניט צוגעהערט‪.‬‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15