Page 11 - Mikhe
P. 11
מיכה
1הערט אַקאָרשט צו װאָס גאָט זאָגט:ו
שטײ אױף ,טענה פֿאַר די בערג,
און זאָלן הערן די הײכן ד ַײן ָקול.
2הערט צו ,איר בערג ,דעם קריג פֿון גאָט,
און איר מאַכטיקע ,די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד;
װאָרום גאָט האָט אַ קריג מיט ז ַײן פֿאָלק,
און מיט ישׂראל װעט ער אַ װיכּוח האָבן.
3מ ַײן פֿאָלק ,װאָס האָב איך דיר געטאָן?
און מיט װאָס האָב איך דיך מיד געמאַכט?
זאָג עדות אַקעגן מיר.
4װאָרום איך האָב דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים,
און פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט דיך אױסגעלײזט,
און דיר פֿאַרױס געשיקט משהן ,אַהרֹנען ,און מרימען.
5מ ַײן פֿאָלק ,דערמאָן זיך אַקאָרשט
װאָס ב ָלק דער מלך פֿון מוֹאָב האָט באַראָטן,
און װאָס אים האָט געענטפֿערט בל ָעם דער זון פֿון בעוֹרן;
װאָס איך האָב געטאָן פֿון ִשטים ביז ִגלָגל,
כּדי מע זאָל װיסן די גערעכטיקײט פֿון גאָט.
” 6מיט װאָס זאָל איך קומען פֿאַר יהוה,
זיך בײגן פֿאַר גאָט אין דער הײך?
זאָל איך קומען פֿאַר אים מיט בראַנדאָפּפֿער,
מיט קעלבער אײניאָריקע?
7װעט יהוה באַװיליקן טױזנטן װידערס,
צען טױזנטן ט ַײכן מיט אײל?
זאָל איך געבן מ ַײן ב ָכור פֿאַר מ ַײן פֿאַרברעך,
די פֿרוכט פֿון מ ַײן ל ַײב פֿאַר דער זינד פֿון מ ַײן זעל?“
8מע האָט דיר אָנגעזאָגט ,מענטש ,װאָס איז גוט,
און װאָס יהוה פֿאַרלאַנגט פֿון דיר:
נאָר בלױז טאָן גערעכטיקײט און ליב האָבן גענאָד,
און אומגײן שטיל פֿאַר ד ַײן גאָט.
9האָרך! יהוה רופֿט צו דער שטאָט --
און דער קלוגער װעט אַכטן אױף ד ַײן נאָמען –
הערט דעם שטעקן ,און װער דאָס האָט באַשערט.
10קען איך נאָכאַנאַנד פֿאַרגעסן דאָס הױז פֿון דעם אומגערעכטן,