Page 12 - Mikhe
P. 12
מיכה
די שאַצן פֿון אומרעכט און די קאַרגע מאָס די פֿאַרשאָלטענע?
11קען איך רײן מאַכן פֿאַר אומגערעכטע װאָגשאָלן,
און פֿאַר אַ ב ַײטל מיט פֿאַלשע װאָגשטײנער?
12װאָרום אירע ר ַײכע ל ַײט ז ַײנען פֿול מיט רױב,
און אירע באַװױנער רעדן פֿאַלש,
און זײער צונג איז באַטרוג אין זײער מױל.
13דרום האָב איך אױך דיך געשלאָגן ביז קראַנק,
דיך פֿאַרװיסט פֿאַר ד ַײנע זינד.
14דו װעסט עסן און ניט זאַט װערן,
און ד ַײן הונגער װעט ז ַײן אין ד ַײנע אינגעװײד;
און װעסט טראָגעדיק װערן ,און ניט געװינען,
און װאָס דו װעסט געװינען װעל איך צום שװערד איבערגעבן.
15דו װעסט זײען ,און ניט שנ ַײדן,
דו װעסט טרעטן אײלבערטן ,און זיך ניט זאַלבן מיט אײל,
און טרױבנזאַפֿט ,און ניט טרינקען קײן װ ַײן.
16װ ַײל אָפּגעהיט װערן די מנהגים פֿון ָעמרין,
און אַלדי טועניש פֿון אַחאָבֿס הױז,
און איר ז ַײט געגאַנגען אין זײערע עצות;
דרום װעל איך דיך מאַכן פֿאַר אַ שרעק,
און אירע באַװױנער פֿאַר אַ שמוצערונג;
און די שאַנד פֿון מ ַײן פֿאָלק װעט איר טראָגן.
1װײ מיר ,װאָס איך בין װי ב ַײם נאָכזאַמל פֿון זומער,
װי ב ַײם נאָכקל ַײב פֿון דער לעז!ז
ניטאָ אַ הענגל צום עסן,
אַן ערשטפֿרוכט װאָס מ ַײן זעל געלוסט.
2אונטערגעגאַנגען איז דער פֿרומער פֿון לאַנד,
און קײן רעכטפֿאַרטיקער צװישן מענטשן איז ניטאָ;
אַלע לױערן זײ אױף בלוט,
אײנער דעם אַנדערן פֿאַנגען זײ אין נעץ.
3אױף שלעכטס טאָן ז ַײנען די הענט װאָס דאַרפֿן גוטס טאָן;
דער שׂ ָררה פֿאַרלאַנגט ,און דער ריכטער איז פֿאַר באַצאָלט,
און דער גרוסיער מאַן ,ער רעדט די געריקײט פֿון ז ַײן זעל;
אַזױ האָבן זײ עס פֿאַרדרײט.