Page 13 - Mikhe
P. 13
מיכה
4דער בעסטער פֿון זײ איז װי אַ דאָרן,
דער רעכטפֿאַרטיקער ,ערגער פֿון אַ שטעכיקער צאַם.
דער טאָג פֿון ד ַײנע זעער ,ד ַײן רעכנשאַפֿט ,איז געקומען;
אַצונד װעט געשען זײער צעטומלעניש.
5זאָלט איר ניט גלױבן אין אַ חבֿר,
זאָלט איר א ַײך ניט פֿאַרזיכערן אױף אַ גוטן פֿר ַײנט;
פֿון דער װאָס ליגט אין ד ַײן בוזעם,
היט די טירן פֿון ד ַײן מױל.
6װאָרום אַ זון באַַנװלט אַ פֿאָטער,
אַ טאָכטער שטעלט זיך קעגן איר מוטער,
אַ שנור קעגן איר שװיגער,
די ָשׂונאים פֿון אַ מענטשן ז ַײנען ז ַײנע הױזל ַײט.
7אָבער איך קוק אױס אױף יהוה,
איך האַר צום גאָט פֿון מ ַײן הילף,
מ ַײן גאָט װעט מיך צוהערן.
8ניט פֿרײען זאָלסטו זיך אױף מיר ,מ ַײן שׂוֹנאטע,
אַז איך בין געפֿאַלן ,װעל איך אױפֿשטײן,
אַז איך זיץ אין פֿינצטערניש,
איז גאָט מיר אַ ליכט.
9דעם צאָרן פֿון גאָט װעל איך טראָגן,
װאָרום איך האָב געזינדיקט צו אים;
ביז ער װעט קריגן מ ַײן קריג,
און װעט טאָן מ ַײן רעכט;
ער װעט מיך אַרױספֿירן אין ליכטיקײט,
איך װעל זען ז ַײן גערעכטיקײט.
10און מ ַײן שׂוֹנאטע װעט זען ,און אַ בושה װעט זי באַדעקן,
די װאָס זאָגט צו מיר :װוּ איז ער ,יהוה ד ַײן גאָט?
מ ַײנע אױגן װעלן זיך אָנזען אױף איר;
אַצונד װעט זי צעטראָטן װערן װי קױט פֿון די גאַסן.
11אַ טאָג װעט ז ַײן צו בױען ד ַײנע מױערן,
מעג יענער טאָג ז ַײן זײער װ ַײט.
12אַ טאָג װעט דאָס ז ַײן װען מע װעט קומען צו דיר,
פֿון אַשור און די שטעט פֿון ִמצ ַר ִים,
און פֿון ִמצ ַר ִים און ביזן ט ַײך,
און פֿון אים ביז אים ,און פֿון באַרג ביז באַרג.