Page 7 - Mikhe
P. 7

‫מיכה‬

                        ‫װאָס פֿאַראומװערדיקט גערעכטיקײט‪,‬‬
                           ‫און פֿאַרדרײט אַלץ װאָס איז גל ַײך;‬
                                   ‫‪ 10‬מע בױט ִציוֹן מיט בלוט‪,‬‬
                                  ‫און ירו ָש ַל ִים מיט אומרעכט‪.‬‬
                             ‫‪ 11‬אירע קעפּ משפּטן פֿאַר שוֹחד‪,‬‬

                       ‫און אירע כֹּהנים לערנען פֿאַר געצאָלט‪,‬‬
                       ‫און אירע נבֿיאים װאָרזאָגן פֿאַר געלט‪.‬‬
                    ‫און זײ לענען זיך אױף גאָט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

                             ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬גאָט איז צװישן אונדז‪,‬‬
                         ‫אױף אונדז װעט ניט קומען קײן בײז‪.‬‬
 ‫‪ 12‬דרום װעט איבער א ַײך ִציוֹן װי אַ פֿעלד צעאַקערט װערן‪,‬‬

                              ‫און ירו ָש ַל ִים װעט װערן הױפֿנס‪,‬‬
             ‫און דער באַרג פֿון גאָטס הױז – װאַלדיקע הײכן‪.‬‬

      ‫‪ 1‬און עס װעט ז ַײן אין ָסוף פֿון די טעג‪,‬ד‬

            ‫װעט שטײן פֿעסט דער באַרג פֿון גאָטס הױז‪,‬‬
                                          ‫אױבנאָן פֿון די בערג‪,‬‬

                   ‫און ער װעט ז ַײן דערהױבן איבער די הײכן;‬
                          ‫און אומות װעלן צו אים שטראָמען‪.‬‬

                 ‫‪ 2‬און פֿיל פֿעלקער װעלן גײן און װעלן זאָגן‪:‬‬
              ‫קומט און לאָמיר אַרױפֿגײן צום באַרג פֿון יהוה‪,‬‬

                         ‫און צום הױז פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ‪,‬‬
                   ‫און ער װעט אונדז לערנען פֿון ז ַײנע װעגן‪,‬‬

                           ‫און מיר װעלן גײן אין ז ַײנע שטעגן;‬
                      ‫װאָרום פֿון ִציוֹן װעט אַרױסגײן אַ תּוֹרה‪,‬‬

                                ‫און גאָטס װאָרט פֿון ירו ָש ַל ִים‪.‬‬
                    ‫‪ 3‬און ער װעט משפּטן צװישן פֿיל אומות‪,‬‬
                     ‫און אַנטשײדן איבער מאַכטיקע פֿעלקער‬

                                             ‫ביז אין דער װ ַײט;‬
‫און זײ װעלן איבערשמידן זײערע שװערדן אױף אַקערא ַײזנס‪,‬‬

                        ‫און זײערע שפּיזן אױף צװ ַײגמעסערס;‬
            ‫אַ פֿאָלק קעגן אַ פֿאָלק װעט ניט הײבן אַ שװערד‪,‬‬

                       ‫און מע װעט ניט מער לערנען מלחמה‪.‬‬
                                ‫‪ 4‬און זײ װעלן זיצן איטלעכער‬
   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12