Page 6 - Mikhe
P. 6

‫מיכה‬

               ‫‪ 1‬און איך האָב געזאָגט‪:‬ג‬

                         ‫הערט אַקאָרשט צו‪ ,‬איר קעפּ פֿון יעקבֿ‪,‬‬
                                      ‫און פֿירער פֿון הױז פֿון ישׂראל;‬

                         ‫ליגט ניט אױף א ַײך צו װיסן גערעכטיקײט?‬
               ‫‪ 2‬איר װאָס האָט פֿ ַײנט גוטס און האָט ליב שלעכטס‪,‬‬

                                        ‫װאָס גזלט זײער הױט פֿון זײ‪,‬‬
                                  ‫און זײער פֿלײש פֿון זײערע בײנער;‬
                ‫‪ 3‬און װאָס האָט געגעסן דאָס פֿלײש פֿון מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬
                                   ‫און זײער הױט פֿון זײ אָפּגעשונדן‪,‬‬

                                         ‫און זײערע בײנער צעבראָכן‪,‬‬
                                   ‫און צעהאַקט אַזױ װי אין אַ טאָפּ‪,‬‬

                                          ‫און װי פֿלײש אין אַ קעסל‪.‬‬
                                    ‫‪ 4‬דרום װעלן זײ שר ַײען צו גאָט‪,‬‬
‫און ער װעט זײ ניט ענטפֿערן;ְ און ער װעט פֿאַרבאָרגן ז ַײן פּנים פֿון‬

                                                   ‫זײ אין יענער צ ַײט‪,‬‬
              ‫אַזױ װי זײ האָבן שלעכטס געטאָן אין זײערע מעשׂים‪.‬‬

‫‪ 5‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױף די נבֿיאים װאָס פֿאַרפֿירן מ ַײן פֿאָלק‪,‬‬
            ‫װאָס שר ַײען‪” :‬שלום!“ װען זײערע צײן האָבן צו ב ַײסן‪,‬‬
                                  ‫און דער װאָס גיט זײ ניט אין מױל‬
                                  ‫ברײטן זײ אָן אױף אים אַ מלחמה‪.‬‬
                            ‫‪ 6‬דרום װעט א ַײך ז ַײן נאַכט‪ ,‬אָן אַ זעונג‪,‬‬
                           ‫און א ַײך װעט ז ַײן פֿינצטער‪ ,‬אָן װאָרזאָגן‪,‬‬
                         ‫און אונטערגײן װעט די זון אױף די נבֿיאים‪,‬‬
                           ‫און שװאַרץ װערן װעט דער טאָג אױף זײ‪.‬‬
                                   ‫‪ 7‬און די זעער װעלן ז ַײן צו שאַנד‪,‬‬
                                 ‫און די װאָרזאָגער װעלן זיך שעמען‪,‬‬
               ‫און זײ װעלן אַלע פֿאַרדעקן זײערע אױבערשטע ליפּ‪,‬‬
                            ‫װ ַײל קײן ענטפֿער פֿון גאָט װעט ניט ז ַײן‪.‬‬

‫‪ 8‬אָבער פֿאַר װאָר‪ ,‬איך בין פֿול מיט כּוֹח דורך דעם ג ַײסט פֿון גאָט‪,‬‬
                                   ‫און מיט גערעכטיקײט און גבורה‪,‬‬
                                        ‫צו זאָגן יעקבֿן ז ַײן פֿאַרברעך‪,‬‬
                                                ‫און ישׂראלן ז ַײן זינד‪.‬‬

       ‫‪ 9‬הערט דאָס צו אַקאָרשט‪ ,‬איר קעפּ פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ‪,‬‬
                                      ‫און פֿירער פֿון הױז פֿון ישׂראל‪,‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11