Page 5 - Mikhe
P. 5

‫מיכה‬

                  ‫צי איז קורץ געװאָרן דאָס געמיט פֿון גאָט?‬
                                    ‫ז ַײנען דאָס ז ַײנע טוּונגען?‬

   ‫טוען ניט מ ַײנע װערטער גוטס מיט דעם װאָס גײט גל ַײך?‬
                               ‫‪ 8‬אָבער מ ַײן פֿאָלק פֿון אַנוסטן‬
                               ‫שטעלט זיך אױף פֿאַר אַ פֿ ַײנט;‬
                                ‫פֿון דעם װאָס קומט אַנטקעגן‬

                            ‫ציט איר קלײד און מאַנטל אַראָפּ‪,‬‬
                                         ‫פֿון רו ִיקע דורכגײער‪,‬‬

                                      ‫אָפּגענײגטע פֿון מלחמה‪.‬‬
                 ‫‪ 9‬די װ ַײבער פֿון מ ַײן פֿאָלק פֿאַרטר ַײבט איר‬

                                    ‫פֿון זײער נחתדיקער הײם;‬
                        ‫פֿון זײערע עוֹפֿעלעך נעמט איר אַװעק‬

                                      ‫מ ַײן צירונג אױף אײביק‪.‬‬
                                      ‫‪ 10‬שטײט אױף און גײט‪,‬‬
                                   ‫װאָרום ניטאָ דאָ קײן רוּונג‪,‬‬
                       ‫פֿון װעגן דער טומאה װאָס צעשטערט‪,‬‬
                                 ‫און אַ שטאַרקע צעשטערונג‪.‬‬

‫‪ 11‬אַז אַ מאַן װאָס גײט אום מיט װינט און ליגן‪ ,‬זאָל פֿעלשן‪:‬‬
              ‫”איך װעל דיר ַדרשען פֿון װ ַײן און פֿון טרונק“‪,‬‬
              ‫װאָלט ער װערן אַ ַדרשן ב ַײ דעם דאָזיקן פֿאָלק‪.‬‬

      ‫‪ 12‬זאַמלען א ַײנזאַמלען װעל איך דיך‪ ,‬יעקבֿ‪ ,‬אין גאַנצן‪,‬‬
   ‫קל ַײבן אױפֿקל ַײבן װעל איך דעם איבערבל ַײב פֿון ישׂראל‪.‬‬
    ‫איך װעל זײ צונױפֿטאָן אין אײנעם װי שאָף אין געהעפֿט‪,‬‬

                           ‫װי אַ סטאַדע אין איר פֿיטערפּלאַץ;‬
                                 ‫זײ װעלן רױשן מיט מענטשן‪.‬‬

                 ‫‪ 13‬דער דורכברעכער גײט אַרױף זײ פֿאַרױס‪,‬‬
                             ‫זײ ברעכן דורך און גײען װ ַײטער‪,‬‬

                       ‫דורך דעם טױער און אַרױס דורך אים‪,‬‬
                               ‫און זײער מלך גײט זײ פֿאַרױס‪,‬‬
                                  ‫און גאָט איז זײער אָנפֿירער‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10