Page 50 - Breyshis
P. 50

‫בראשית‬

‫אױב דו װילסט‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬באַגליקן מ ַײן װעג װאָס איך גײ אױף‬
‫אים‪ 43 :‬אָט שטײ איך ב ַײם קװאַל װאַסער; און עס זאָל ז ַײן‪ ,‬אַז די‬
‫מײדל װאָס קומט אַרױס שעפּן‪ ,‬און איך װעל זאָגן צו איר‪» :‬גיב מיר‬
‫טרינקען‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬אַ ביסל װאַסער פֿון ד ַײן קרוג«‪ 44 ,‬און זי‬
‫װעט זאָגן צו מיר‪» :‬אי דו טרינק‪ ,‬אי פֿאַר ד ַײנע קעמלען װעל איך‬
‫אָנשעפּן«‪ ,‬זאָל זי ז ַײן די װ ַײב‪ ,‬װאָס גאָט האָט באַשערט פֿאַר מ ַײן‬
‫האַרס זון‪ 45 .‬נאָך אײדער איך ענדיק רעדן צו מ ַײן האַרצן‪ ,‬ערשט‬
‫רבקה קומט אַרױס מיט איר קרוג אױף איר אַקסל; און זי האָט‬
‫אַראָפּגענידערט צום קװאַל און האָט אָנגעשעפּט‪ .‬האָב איך צו איר‬
‫געזאָגט‪ :‬גיב מיר טרינקען‪ ,‬איך בעט דיך‪ 46 .‬האָט זי אױף גיך‬
‫אַראָפּגעלאָזט איר קרוג פֿון זיך‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬טרינק‪ ,‬און אױך‬
‫ד ַײנע קעמלען װעל איך אָנטרינקען‪ .‬האָב איך געטרונקען‪ ,‬און אױך‬
‫די קעמלען האָט זי אָנגעטרונקען‪ 47 .‬האָב איך זי געפרעגט און האָב‬
‫געזאָגט‪ :‬װעמעס טאָכטער ביסטו? האָט זי געזאָגט‪ :‬די טאָכטער פֿון‬
‫בתו ֵאל דעם זון פֿון ָנחורן‪ ,‬װאָס ִמל ָכּה האָט געבאָרן צו אים‪ .‬און איך‬
‫האָב אָנגעטאָן דעם נאָזרינג אױף איר נאָז‪ ,‬און די אָרעמבענדער אױף‬
‫אירע הענט‪ 48 .‬און איך האָב מיך גענ ַײגט און מיך געבוקט צו יהוה‪,‬‬
‫און איך האָב געלױבט יהוה דעם גאָט פֿון מ ַײן האַר אבֿרהמען‪ ,‬װאָס‬
‫האָט מיך געפירט אױפֿן ריכטיקן װעג צו קריגן די טאָכטער פֿון מ ַײן‬
‫האַרס אַן אײגענעם פֿאַר ז ַײן זון‪ 49 .‬און אַצונד‪ ,‬אױב איר װילט טאָן‬
‫אַ חסד און אַ טר ַײשאַפֿט מיט מ ַײן האַר‪ ,‬זאָגט מיר; און אױב ניט‪,‬‬

   ‫זאָגט מיר; און איך װעל מיך קערן אױף רעכטס אָדער אױף לינקס‪.‬‬

‫‪ 50‬האָט געענטפֿערט ָל ָבן און בתו ֵאל‪ ,‬און זײ האָבן געזאָגט‪ :‬די זאַך‬
‫איז אַרױס פֿון גאָט; מיר קענען ניט רעדן צו דיר שלעכטס אָדער‬
‫גוטס‪ 51 .‬אָט איז רבקה פֿאַר דיר‪ ,‬נעם און גײ‪ ,‬און זאָל זי ז ַײן אַ װ ַײב‬

                 ‫צו דעם זון פֿון ד ַײן האַר‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט גערעדט‪.‬‬

‫‪ 52‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער קנעכט פֿון אבֿרהמען האָט געהערט‬
‫זײערע װערטער‪ ,‬אַזױ האָט ער זיך געבוקט צו דער ערד פֿאַר גאָט‪53 .‬‬
‫און דער קנעכט האָט אַרױסגענומען זילבערנע זאַכן‪ ,‬און גילדערנע‬
‫זאַכן‪ ,‬און קלײדער‪ ,‬און געגעבן רבקהן; אױך איר ברודער און איר‬
‫מוטער האָט ער געגעבן ט ַײערע מתּנות‪ 54 .‬און זײ האָבן געגעסן און‬
‫געטרונקען‪ ,‬ער און די מענטשן װאָס מיט אים; און זײ האָבן‬
‫איבערגענעכטיקט; און זײ ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי‪ ,‬און‬

                     ‫ער האָט געזאָגט‪ :‬שיקט מיך אַװעק צו מ ַײן האַר‪.‬‬
   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55