Page 51 - Breyshis
P. 51

‫בראשית‬

‫‪ 55‬האָט געזאָגט איר ברודער און איר מוטער‪ :‬זאָל די מײדל בל ַײבן‬
‫ב ַײ אונדז אַ יאָר אָדער צען חדשים ‪ ,‬דערנאָך װעט זי גײן‪ 56 .‬האָט‬
‫ער צו זײ געזאָגט‪ :‬האַלט מיך ניט אױף‪ ,‬אַז גאָט האָט באַגליקט מ ַײן‬
‫װעג‪ .‬שיקט מיך אַװעק‪ ,‬און לאָמיך גײן צו מ ַײן האַר‪ 57 .‬האָבן זײ‬
‫געזאָגט‪ :‬מיר װעלן רופֿן די מײדל‪ ,‬און מיר װעלן פֿרעגן איר מױל‪58 .‬‬
‫האָבן זײ גערופֿן רבקהן‪ ,‬און האָבן צו איר געזאָגט‪ :‬װילסטו גײן מיט‬

                     ‫דעם דאָזיקן מאַן? האָט זי געזאָגט‪ :‬איך װיל גײן‪.‬‬

‫‪ 59‬האָבן זײ אַרױסבאַלײט זײער שװעסטער רבקהן‪ ,‬און איר אַם‪ ,‬און‬
‫אבֿרהמס קנעכט‪ ,‬און ז ַײנע מענטשן‪ 60 .‬און זײ האָבן געבענטשט‬
‫רבקהן‪ ,‬און האָבן צו איר געזאָגט‪ :‬אונדזער שװעסטער‪ ,‬דו װער‬
‫טױזנטער מאָל צען טױזנט‪ ,‬און ד ַײן זאָמען זאָל אַרבן דעם טױער פֿון‬
‫ז ַײנע פֿ ַײנט‪ 61 .‬און רבקה איז אױפֿגעשטאַנען מיט אירע מײדלעך‪,‬‬
‫און זײ האָבן זיך אַרױפֿגעזעצט אױף די קעמלען‪ ,‬און ז ַײנען געגאַנגען‬
‫נאָך דעם מאַן‪ .‬און דער קנעכט האָט גענומען רבקהן‪ ,‬און איז‬

                                                        ‫אַװעקגעגאַנגען‪.‬‬

‫‪ 62‬און יצחק איז אָנגעקומען פֿון װוּ מע גײט קײן ב ֵאר‪ַ -‬ל ַחי‪-‬רוֹאי‪,‬‬
‫װאָרום ער איז געזעסן אין לאַנד פֿון ָדרום – ‪ 63‬און יצחק איז‬
‫אַרױסגעגאַנגען זיך דורכצוגײן אין פֿעלד אַקעגן אָװנט – האָט ער‬
‫אױפֿגעהױבן ז ַײנע אױגן און האָט אַ קוק געטאָן‪ ,‬ערשט קעמלען‬
‫קומען אָן‪ 64 .‬און רבקה האָט אױפֿגעהױבן אירע אױגן‪ ,‬און האָט‬
‫דערזען יצחקן‪ ,‬און זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון קעמל‪ 65 .‬און זי‬
‫האָט געזאָגט צו דעם קנעכט‪ :‬װער איז יענער מאַן װאָס גײט אין‬
‫פֿעלד אונדז אַנטקעגן? האָט דער קנעכט געזאָגט‪ :‬דאָס איז מ ַײן‬

         ‫האַר‪ .‬האָט זי גענומען דעם שלײער‪ ,‬און האָט זיך פֿאַרדעקט‪.‬‬

‫‪ 66‬און דער קנעכט האָט דערצײלט יצחקן אַלע זאַכן װאָס ער האָט‬
‫געטאָן‪ 67 .‬און יצחק האָט זי אַר ַײנגעבראַכט אין דעם געצעלט פֿון‬
‫ז ַײן מוטער שׂרהן‪ .‬און ער האָט גענומען רבקהן‪ ,‬און זי איז אים‬
‫געװאָרן פֿאַר אַ װ ַײב; און ער האָט זי ליב געהאַט‪ .‬און יצחק האָט זיך‬

                                            ‫געטרײסט נאָך ז ַײן מוטער‪.‬‬
   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56